ⓘ גאסן ..

גאס

גאס אדער שטראסע איז א דורכגאנג פארן מענטשהייט דעם רבים דארטן דורכצוגיין. סאיז א ציבורדיגער שטיק באדן לעבן געביידעס וואו מענטשן קענען קומען צוזאמען אדער אדורכגיין. רוב מאל איז די גאס ברוקירט מיט בעטאן, ברוקשטיינער אדער ציגלען.

בעדפארד עוועניו

בעדפארד עוועניו איז די לענגסטע גאס אין ברוקלין, פון גרינפוינט דרומדיק קיין שיפסהעד ביי, גייען אדורך די געגנטן וויליאמסבורג, בעדפארד סטייוועסאנט, קרוין הייטס, פלעטבוש און מידוואד. בעדפארד עוועניו איז א הויפט גאס אין וויליאמסבורג וואס לויפט פאראלעל מיט דער גרעסטער גאס ליע, בשעת ווען אויף ליע עוועניו זענען אלע ביזנעס און געשעפטן איז אויף בעדפארד אלע רוחניותדיגע געביידעס, שולן און חדרים.

קאנאל סטריט

קאנאל סטריט - איז א הויפט גאס אין מאנהעטן צווישן לאוער מאנהעטן און סאוהאו וואס שניידט דורך אסאך געגענטער, און עס דינט אלס הויפט רוט פון און צו די מאנהעטן בריק מיט האלאנד טונעל. דאס איז א שטארקער ציענדער פונקט פאר טוריסטן און שאפערס פאר ביליגע שמאטעס ווי אימיגראנטן, מייסטענס כינעזע און קוריעןס מיט פאקיסטאנער און אויך אפאר איזראעליס פארקויפן זייערע סחורה אין קליינטשיגע וואנטעלעך לעגאויס קאנאל סטריט.