ⓘ שרייבן ..

פאלעאגראפיע

פאַלעאגראַפֿיע איז די שטודיע פון שריפט און שריפטן פון די אור-אלטע צייטן. זי איז נישט פארבינדן מיט דער שטודיע פון שפראך זעלבסט. פאלעאגראפיע איז א וויכטיקע ספעציאליטעט פאר היסטאריקער.

קאליגראפיע

קאַליגראַפֿיע איז א וויזועלער קונסט וואס האט שייכות מיט שרייבן. זי איז דאס פלאנעווען און דורכפירן פון שאפן אותיות מיט אן אינסטרומענט מיט א ברייטן שפיץ אדער א פענדזל מיט איין שטראך. היינט ניצט מען קאליגראפיע אין איינלאדונג קארטעס, למשל פאר חתונות, און אויך פארשידענע דאקומענטן. אין כינע איז קאליגראפיע געווען א "הויכער קונסט" נאך פאר די צייטן פון דער טאנג דינאסטיע.

רעפערענץ

רעפערענץ מיינט די צוזאמשטעל פון איין זאך מיטן צווייטער דורך א נומער אדער סימבאל אז זיי געהערן צוזאמן אפילו זיי זענען צושפרייט. פאר מאכן רעפערענצן אין א וויקיפעדיע ארטיקל זעהט: הילף:צייגט מקורות עס איז אויך דער סדר צו לייגן רעפערענץ, א מענטש מיט טעלעפאן נומער, אויף א רעזומע ביי וועמען מען האט געארבייט בעפאר דעם צו קענען זיי רופן און פרעגן וועגן זיין ארבעט.