ⓘ עקאנאמיע ..

אומזינסט

אומזינסט מיינט פריי אן אפצאל, אז מען קען הנאה האבן עפעס א גוטס פון אן אנדערןס ארבייט אן קיין שום קאסטן. עס ווערט אסאך גענוצט אין די ענגלישע שפראך מיטן נאמען פריי ווייל א זאך וואס מדארף גארנישט צאלן איז דאך פריי פון א חוב אדער עול וואס דאס מיינט פרייהייט. א ביזנעס קען אויך אמאל פארטיילן זאכן בחנם, כדי זיך צו רעקלאמירן. אזוי אויך נייע רעסטוראנטן גיבן צו עסן פאר פרי. מען נוצט דאס אויך לרעה אז מען באקומט א שלעכטער זאך פון איינעם זאגט מען ער טשעפעט מיך בחינם. רוב מאל ווען איינער גיבט עפעס אוועק פאר אומזיסט איז דאס נישט צופיהל ווערט. א באקאנט יודיש ווערטל איז בחנם באקומט מען כינים, דאס באדייט או ...

אידענטיטעט גניבות

אhדענטיטעט גניבות איז דער מאדערנער וועג פון בארויבן א צווייטן אין די היינטיגע וועלט פון עלעקטראנישע באנקירונג און קרעדיט. אידענטיטעט גניבות איז זייער אן ערנסטע פראבלעם וועלכע באטרעפט מיליאנען אמעריקאנער יעדעס יאר. א מענטש לעבט זיך זיין לעבן און ארבעט שווער אויפצובויען א גוטע קרעדיט און איינמאל ער האט דאס שפירט ער א צופרידענער. אבער קיינער איז נישט פארזיכערט מיט די אייגענע האריוואניע. עס זענען פאראן גנבים וועלכע לאקערן אויף אידענטיטעטן פון פרעמדע מענטשן און מיטאיינמאל ווערט מען געוואויר אז איינער האט געגנבט זיין אידענטיטעט און האט באשטעלט קרעדיט קארטלעך, געעפענט באנק אקאונטס, און געטאן קרימ ...

איינקונפט שטייער

איינקונפט־שטייער איז א שטייער וואס ארבעטער צאלן פון זייערע פארדינסטן יעדע מאל זיי באקומען באצאלט. איינקונפט שטייערן איז די הויפט שטייער פון אלע רעגירונגן און שטעט און גייט א פאר הונדערט יאר. אלע קעניגרייכן האבן זיך אויפגעהאלטן דורך פארלאנגען שטייערן פון יעדן פארדינער לויט זיין מעגליכקייט. אין אונזער וועלט ווערט דאס געלט אראפגענומען פון יעדן געהאלט טשעק און ווער צעטיילט צו געוויסע אפטיילונגן פון די רעגירונג, אריינגערעכנט פראגראמען וועלכע זענען פאר די אייגענע בענעפיט פון דעם שטייער צאלער. די וואס נעמען נישט אראפ פון יעדע איינציגע טשעק באצאלן שטייערן אין די ערשטע מאנאטן פון יעדן נייעם יאר פאר ...

אינפלאציע

אינפלאציע איז א מאס פון דער פארמערונג אין די פרייזן פון פראדוקטן און באדינונגען. דאס ווערט געמאסטן מיט א פרייזן אינדעקס. למשל אויב עס קאסט 10% מער צו קויפן די דורכשניטליכע פראדוקטן און באדינונגען, הייסט עס אז די אינפלאציע איז.10% על פי רוב האלטן עקאנאמיסטן אז הויכע אינפלאציע איז א תוצאה פון צו גרויס א געוואוקס אין דעם געלט אנבאט. אינפלאציע איז איינע פון די הויפט איינפלוסן אויף דער עקאנאמיע. אויב אינפלציע איז צו הויך איז דאס שלעכט פאר די סטאביליזאציע פון דער עקאנאמיע. עס איז נארמאל און אויך גוט פאר אן עקאנאמיע ווען אינפלאציע פון יאר צו יאר איז אפאר פראצענט בערך 1%-3%. דאס איז ווייל אויב מען ...

ארבעט

צי מיינט איר א אנגעשטעלטער וואס ארבייט פאר אן אנדערן? ארבעט איז דער וועג וויאזוי מענטשן זענען פארנומען אנצוהאלטן און מאכן א לעבן צו דורך פארדינען געלט אדער סתם זיך אונטערהאלטן צו אנהאלטן דאס לעבן.

באנק

א באנק איז א אינסטיטוציע וועלכע שטעלט צו אלע סארט פינאנציעלע סערוויסעס ווי בארגן געלט, אוועקלייגן געלט, אינוועסטמענטס, קרעדיט קארד, דעביט קארד, באנקנאטן, און מטבעות.

                                     

מזומן

מזומן אדער מזומנים רופט מען געלט באנקנאטן און מטבעות, וואס מען קענט ניצן איבעראל צו באצאלן. נישט קיין טשעקס, מאני-ארדערס אדער קרעדיט און דעביט קארטלעך. דאס ווארט "מזומנים" טרעפט מען אין שאלות ותשובות. אויף ענגליש הייסט עס cash קעש; דאס ווארט נעמט זיך ארגינעל פון כינעזיש וואו עס מיינט געגאסענע מטבעות.

                                     

שטעלע

א שטעלע איז אן אקטיוויטעט אדע אן אמט וואס א מענטש טוט, און געוויינלעך ווערט ער באלוינט דערפאר. די שטעלע קען מען האבן אלס אנגעשטעלטער, אדער מען הייבט אן אייגענעם ביזנעס. אמאל האלט מען א שטעלע אויף א קורצער צייט, אבער מען קען מעגלעך האלטן א שטעלע צענדליקע יארן. ווען איינע האלט א שטעלע אדער א סעריע פון שטעלעס וואס האבן א שייכות הייסט עס א קאריערע.