ⓘ מחברי ספרים ..

גדליהו אבערלענדער

גדלי אבערלאנדער איז דער זון פון ר מעכל אבערלענדער. ער האט ארויסגעגבן א ספר וועגן פדיון הבן, א ספר וועגן טעויות אין דאווענען, ווי אויך א ספר וועגן מנהגי ישראל. ער איז די רעדאקטאר פאר דעם קווארטליכן תורה זשורנאל אור ישראל און דעם קווארטליכן חסידות זשורנאל היכל הבעש"ט. ער איז געווארן אויפגעצויגן אין פאפא וויליאמסבורג און איז אלץ בחור געווארען א חבדסקער חסיד. ער וואוינט אין מאנסי און איז היינט דער רב און מנהל פון דעם אוצר הספרים פון חסידות היכל מנחם אין מאנסי. ער איז א מחותן מיט הרב שמואל וואזנער בעל שבט הלוי, הרב ווייס ראב"ד מאנטרעאל, אדמו"רי בית דעעש און מיט דעם שאפראנער רב.

מרדכי בנעט

רבי מרדכי בן ר אברהם באנעט רב אין ניקאלשבורג און געווען הויפט רב אין מדינת מעהרן אונטער דעם קעניגרייך פון פראנץ יאזעף דער צווייטער, וואס זיין מלכות איז געווען אין וויען, און האט געוועלטיגט אויף עטלעכע מדינות, היינט איז ניקאלשבורג אין טשעכיי.

שאול בראך

הרב שאול בראַך איז געווען רב אין קאשוי. פאר דעם איז ער געווען רב אין קראלי און אין מאגנדארף. ער איז געווען באקאנט אין זיין צייט אלס גרויסער גאון און פון די גרויסע בארימטע רבנים אין אונגארן. ער האט ארויס געגעבן עטליכע ספרים ווי "משמרת אלעזר" דרושים, "ליבא בעי" על סוגית הש"ס, שאול שאול, אבות על בנים און נאך.

אברהם דוד גליק

ער האָט זוכה געווען צו פאַרפּאַסן אסאך ספרים, וואס טויזנטער אידן זענען באַהאַוונט געוואָרן אין די מנהגי קודש פון סאטמארער רבין זי"ע דורך זיינע פילצאָליגע חיבורים, דהיינו: - "סידורים לימות החול ולשבת ויום טוב" - וואס אין יענע יארן ווען ער האט אנגעהויבן איז עס געווען אן עבודת הפרך און נישט אזוי גרינג ווי די היינטיגע מאשינען - וואס ער האט ב"ה די זעלטענע זכיה דאס אז צענדליגער טויזענטער אידן האבן געדאווענט אין זיינע סידורים במשך די אלא יארן, און טוען נאך טאג טעגליך דאווענען צום בוכ"ע דריי מאל א טאג אין זיינע סידורים, וואס איז זיכער א גרויסער זכות פאר זיין נשמה. און ווי אויך די הערליכע - "זמירות ...

יהושע העשיל וואלהענדלער

רבי יהושע העשיל וואָלהענדלער איז געווען אן אנערקענטער חסידישער רב און פוסק, דער בעל מחבר פון ספר גופי הלכות אויף הלכות טהרה און פארשידענע אנדערע ספרים און כתבים. ער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג, ברוקלין.

אשר אנשיל יונגרייז

הרב אשר אנשיל הלוי יונגרייז איז געווען דער רב פון טשענגער, אונגארן. הרב אשר אנשיל איז געווען א זון פון ר שמואל הלוי יונגרייז זצ"ל, סעטשער רב, און זיין ווייב מרים ייטל געב׳ ווינער. ער האט איבערגעלאזט א שיינע פארצווייגטע משפחה. פיל רבני אונגארן זענען געווען מיוצאי חלציו. עס ווערט פארציילט אז הארט פארן קריג איז געווען א גרויסע אסיפת רבנים אין אונגארן, אינמיטן דער אסיפה האט איינער געבעטן אז ווער עס איז א טשענגערער אייניקעל זאל זיך אויפהייבן, און עס האבן זיך אויפגעהויבן 80 רבנים! ער האט פארפאסט דאס ספר שו"ת מנוחת אשר. די גדולים פון יענער צייט האבן אים באטיטלט מיט "מופת הדור", ער איז געווען א אי ...

                                     

ⓘ מחברי ספרים

  • גאונים און צדיקים, רביים, מחברי ספרים פון כלל ישראל. לויטן סדר פון א - ב. עס איז דערין נישט אויסגערעכנט כמעט די גאונים און ספרים פון זיין דור. נאר פון דורות
  • פלפולים אויף דער סוגיא פון כבתה זקוק לה. עס איז אויך באקאנט פאר אלע מחברי ספרים אינעם פעלד פון פלפולים, אז מען קומט יעדע געלעגנהייט אריין צום רבי ן אין
  • געהאט צו כתבי יד און צו אלטע ספרים עס איז נישט דא נאך אזא איינער ביי אידן וואס זאל אזוי גיט קענען כתבי ידות און מחברי ספרים ווי דער חיד א, א ווארט וואס
  • אין אמעריקע האט ער געהאט גאר א גרויסע קאלעקציע פון ספרים ווי יונג און אלט פלעגן קומען בארגען ספרים אין אמעריקע האט ער געוואוינט אין וויליאמסבורג, ברוקלין
  • גרינבוים איז פון די באוואוסטע פרומע גרויסע מחברים פון ספרים אין דער היינטיגער תקופה, זיינע ספרים סייעתא דשמיא אויף משניות, מסכתות הש ס, חומש רש י, זענען
  • יהודה גאלדשטיין איז געווען דער מזכיר פון מונקאטשער כולל, א שרייבער און ספרים ארויסגעבער. ער איז אומגעקומען ביי די צווייטע וועלט קריג. חיות אש מסעות ירושלים
  • רבי יואל צבי הלוי מאשקאוויטש איז דער הויפט דיין פון קרית טאהש און בעל מחבר פון פאפולערע הלכה ספרים בית נאמן בישראל קונטרס קריאת המגלה כהלכה
  • טוב לפונדק אחד ווי דער ספר דרש טוב. ביז עס האבן זיך צאמגעשטעלט צוויי מחברי ספרים איינער ר נתן נפתלי קאלביעל און דער צווייטער רבי מנחם מענדל גאווראטשוב
  • פארפאסט די איינפלוסרייכע ספרים חפץ חיים און משנה ברורה, וואס זענען ברייט אויפגענומען אין דער יידישער וועלט, און נאך א סך ספרים ישראל מאיר איז געבוירן
  • אידנטום מיט זיין תורה, קדושה, חכמה, פקחות. דער חיד א האט מחבר געווען צענדליגע ספרים אויף אלע מקצועות התורה, ער איז געווען א באקאנטער מענטש אין דער גארער וועלט
  • י ח אלול ה שס ט איז א באוואוסטער רב און פוסק, מקובל און פילאזאף, מחבר ספרים שתדלן, ראש ישיבה און פאליטיקאנט, וועלכע איז געווען פון די גרעסטע פערזעהנליכקייטן
                                     

יחיאל יצחק גליק

רבי יחיאל יצחק סג"ל גליק, איז היינט דער מנהל און אפיציעלער שרייבער פון התאחדות הרבנים, רב אין ביהמ"ד בית אברהם און מחבר ספר קולי בשיחי, יערב שיחי, און נאך. ער איז א זוהן פון הגאון רבי חנוך שלום זצ"ל וועלכע איז באקאנט געווען אלס א גרויסע מרביץ תורה מיט הונדערטער תלמידים. ער האט אויך געהאט אן אייגענע ישיבה "בית אברהם". רבי יחיאל יצחק ארבעט שוין אין די התאחדות הרבנים נאנט צו פערציג יאר, צום ערשט אלס ספרא דדיינא, און שפעטער אויך אלס מנהל כללי.

                                     

שמעיה גרינבוים

הרב שמעיה גרינבוים איז פון די באוואוסטע פרומע גרויסע מחברים פון ספרים אין דער היינטיגער תקופה, זיינע ספרים "סייעתא דשמיא" אויף משניות, מסכתות הש"ס, חומש רש"י, זענען באוואוסט מיט זייער קלארקייט און פשטות, זענען שטארק צוכאפט אין אלע סארט שיכטען פון אידנטום, ער איז א תלמיד פון סאטמארער רבי זצ"ל, זיינע יונגע קינדישע יארן איז ער אויפגעהאדוועט געווארן אין דער ליובאוויטשער ישיבה אין פאריז ביי די גרויסע "עובדים".

                                     

פינחס הירשפרונג

ער איז געבוירן געווארן אין דוקלע, גאליציע. ער האט געלערנט אין דוקלע צוזאמען מיט רבי יאנקעלע לייזער היינט פשעווארסקער רבי אין אנטווערפן און יקותיאל יהודה האלבערשטאם, שפעטער קלויזנבורגער רב; דערנאך האט ער געלערנט אין ישיבת חכמי לובלין. ביי דער בר מצוה האט ער ארויסגעגעבן אן אייגענעם ספר פּרי פּינחס און ער האט אנגעהויבן ארויסגעבן א תורהדיגע אויסגאבע אהל תורה. ביי דער צווייטער וועלט־קריג איז ער געווען צווישן די תלמידים אין שאנכיי, ביז אין יאהר תש"א ווען ער איז אנגעקומען קיין קאנאדע.

                                     

יעקב לעבאוויטש

רבי יעקב הלוי לעבאוויטש אב"ד קאפיש זצ"ל בעל משנת יעקב אין וויליאמסבורג איז געווען א תלמיד פון רבי שאול בראך, קאשויער, און א חסיד פון רבי ישכר דוב רוקח, דער בעלזער רב. דער קאפישער רב זצ"ל איז געווען דער רב מסדר גיטין בה"א הידיעה. אלע פראבלעם פאלן ווי א מאן האט נישט געוואלט געבען זיין ווייב א גט מיט גוטען נאר איר לאזען א עגונה, איז אנגעקומען צו אים, ווי מיט מסירת נפש האט ער געמאכט זיכער אז דער מאן גיבט זיין ווייב א כשרע גט.