ⓘ לענדער אין אפריקע ..

בארטן פון העלפאנדביין

די בארטן פון העלפאנדביין, אפיציעל די רעפובליק פון בארטן פון העלפאנדביין, איז א לאנד אין מערב אפריקע. זי גרענעצט ליבעריע און גינע אין מערב, מאלי און בורקינע פאסא אין צפון, דעם גהאנע אין מזרח, און דעם איינגאס פון גינע אינעם אטלאנטישן אקעאן אין דרום. זי באדעקט א שטח פון 322.462 קוואדראט ק"מ. די הויפטשטאט איז יאמוסאקרא, אבער די גרעסטע שטאט און אדמיניסטראטיווער צענטער פון לאנד איז אבידזשאן. די אפיציעלע שפראך איז פראנצויזיש. בארטן פון העלפאנדביין איז א מיטגליד אין דעם אפריקאנער פארבאנד.

בורקינע פאסא

בורקינע פֿאַסא איז א לאנד איינגעשלאסן לאנד אין מערב אפריקע. זי גרענעצט מאלי צו צפון, ניזשער צו מזרח, בענין צו דרום־מזרח, טאגא און גהאנע צו דרום, און בארטן פון העלפאנדביין צו דרום־מערב. זי באדעקט א שטח פון 274.200 קוואדראט ק"מ. בורקינע פֿאַסא האט א באפעלקערונג פון 15.75 מיליאן מענטשן געשאצט 2009. ביז 1984 האט דאס לאנד געהייסן די רעפובליק פון אויבער וואלטע. די הויפטשטאט איז וואגאדוגו, און די אפיציעלע שפראך איז פראנצויזיש. בורקינע פֿאסא איז א מיטגליד אין דעם אפריקאנער פארבאנד.

בענין

בענין, אפיציעל די רעפובליק פון בענין, איז א לאנד אין מערב אפריקע. ער גרענעצט טאגא צו מערב, בורקינע פאסא און ניזשער צו צפון און ניגעריע צו מזרח; צו דרום האט ער א קורצן בארטן אויף דער בוכטע פון בענין. זי באדעקט א שטח פון בערך 110.000 קוואדראט ק"מ. בענין האט א באפעלקערונג פון 9.3 מיליאן מענטשן געשאצט 2011.‏ ביז 1975 האט דאס לאנד געהייסן דאס קעניגרייך פון דאַהאמי. די הויפטשטאט איז פארטא־נאווא, און די אפיציעלע שפראך איז פראנצויזיש. בענין איז א מיטגליד אין דעם אפריקאנער פארבאנד.

גהאנע

די רעפובליק פון גהאַנע איז א לאנד אין מערב אפריקע. זי גרענעצט בארטן פון העלפאנדביין צו מערב, בורקינע פאסא צו צפון, טאגא צו מזרח, און דעם איינגאס פון גיני צו דרום. גהאנע האט א באפעלקערונג פון 24 מיליאן מענטשן געשאצט 2010. די הויפטשטאט איז אקרא. גהאנע איז די צווייטער גרעסטער פראדוצירער פון קאקאא אין דער וועלט. די אפיציעלע שפראך איז ענגליש.

גינע

גינע, אפיציעל די רעפובליק פון גינע, איז א לאנד אין מערב אפריקע. זי גרענעצט גינע-ביסאו אין צפון־מערב, סענעגאל אין צפון, מאלי אין צפון־מזרח, דעם בארטן פון העלפאנדביין אין מזרח, און ליבעריע און סיערע לעאנע אין דרום. אין דרום־מערב האט זי א בארטן אויפן אטלאנטישן אקעאן. זי באדעקט א שטח פון בערך 246.000 קוואדראט ק"מ. בערך 10 מיליאן מענטשן וואוינען אין גינע. די הויפטשטאט איז קאנאקרי, און די אפיציעלע שפראך איז פראנצויזיש. גינע איז א מיטגליד אין דעם אפריקאנער פארבאנד.

גינע-ביסאו

די רעפובליק פון גינע-ביסאַו איז אַ קליין לאַנד אויף דעם אַטלאַנטישן ברעג פון מערב אפריקע. דאס לאנד גרענעצט סענעגאַל אין צפון, גינע צו דרום און מזרח, און דעם אטלאנטישן אקעאן צומערב. די הויפטשטאט איז ביסאַו. גינע-ביסאו באדעקט א שטח פון 36.125 קוואדראט ק"מ. פיר עטנישע גרופעס וואוינען אין גינע-ביסאו: די באלאנטע, פֿולאני, מאלינקע און מאנדיאקא. בערך 1.600.000 מענשטן וואוינען אין גינע-ביסאו 2010. גינע-ביסאו איז פריער געווען א פארטוגעזישע קאלאניע. די אפֿיציעלע שפראַך פון לאַנד איז פארטוגעזיש, אבער נאר 2% פֿון דער באפֿעלקערונג רעדן פארטוגעזיש אלס ערשטע שפראך, און 33% רעדן אלס צווייטע שפראך. די נאצי ...

                                     

ⓘ לענדער אין אפריקע

  • דער קאנטינענט פון אפריקע ווערט איינגעטיילט אין 50 לענדער אין פינף געאגראפישע ראיאנען: אוגאנדע בורונדי דזשיבוטי טאנזאניע מאדאגאסקאר סאמאליע - סאמאלילאנד
  • צפון מזרח, דעם אינדישן אקעאן אין דרום מזרח און דעם אטלאנטישן אקעאן אין מערב. דער עקוואטאר גייט אדורך אפריקע אפריקע האט 54 לענדער כולל דעם אינזל לאנד מאדאגאסקאר
  • עלף לענדער פון צענטראלער אפריקע און מיטל אפריקע שטעלן צונויף די עקאנאמישע געמיינדע פון צענטראל - אפריקאנישע לענדער ECCAS מערב אפריקע מזרח אפריקע צפון
  • דרום שפיץ פון אפריקע זי גרענעצט זיך מיט די אטלאנטישן און אינדיאנער אקעאנען אויף א בארטן ליניע לאנג 2, 798 קילאמעטער, און מיט די לענדער נאמיביע, באצוואנע
  • איסלאמיש לאנד אין צפון מזרח אפריקע וואס האט די גרעסטע טעריטאריע אין אפריקע און פון אלע אראבישע לענדער און דאס פופצנטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט לויט
  • מערב אפריקע איז א לאנדטייל אין מערב פון דעם קאנטינענט אפריקע וואס איז כולל די פאלגנדע לענדער די פאראייניגטע פעלקער שליסט איין אויך מאריטאניע און דעם
  • צפון אפריקע א דער נא רדערן אפריקע איז דער צפונדיקער טייל פון דעם אפריקאנער קא נטינענט. צפון אפריקע איז כולל די אכט לענדער און טעריטאריעס: א לזשיר, דרום
  • איז א פארבאנד פון 54 לענדער אין אפריקע דער פארבאנד איז געגרינדעט געווארן דעם 9טן יולי 2002. דער סעקרעטעריאט איז הויפטקווארטירט אין אדיס אבאבא, עטיאפיע
  • franc איז דער געזעצלעכער צאלמיטל אין 12 לענדער פון אפריקע וואס זענען אמאל געווען פראנצויזישע קאלאניעס און אויך אין גינע - ביסאו א געוועזענע פארטוגעזישע
  • אראבישע לענדער זענען די לענדער אין מיטל מזרח, און אין צפון אפריקע וואס דער אפציעלער שפראך, איז אראביש. רוב לענדער האבן באקומען זעלבשטענדיקייט, דורכאויס
  • זיך אויף ביאקא. עקוואטארישע גינע איז איינע פון די קלענסטע לענדער אויף דער יבשה פון אפריקע מיט א שטח פון 28, 000 קוואדראט ק מ. עקוואטארישע גינע איז א
                                     

ליסטע פון לענדער אין אפריקע

טאגא בורקינע פאסא סענעגאל גהאנע די גאמביע ליבעריע סיערע לעאנע ניגעריע גינע עקוואטארישע גינע מאלי גינע-ביסאו בענין בארטן פון העלפאנדביין קאפווערדישע אינזלען ניזשער

                                     

באצוואנע

באצוואַנע, אפיציעל די רעפובליק פון באצוואַנע איז א לאנד איינגעשלאסן לאנד אין דרום אפריקע. באצוואַנע גרענעצט זימבאבווע צו צפון־מזרח, דרום אפריקע צו דרום־מזרח און דרום, און נאמיביע צו מערב און צפון. באצוואנע האט א קליינעם גרענעץ פון א פאר הונדערט מעטער מיט זאמביע אין צפון. דער שטח פונעם לאנד איז 581.730 קוואדראט ק"מ, פון וואס 70% איז באדעקט מיטן קאלאהארי מדבר. די הויפטשטאט איז גאבאראן. אין 2010 איז די באפעלקערונג געווען געשאצט צו 2.029.307.

                                     

בורונדי

בורונדי איז א קליין לאנד איינגעשלאסן לאנד אין מזרח אפריקע, און איינע פון די ארימסטע לענדער אין דער וועלט. בורונדי גרענעצט רוואנדע צו צפון, טאנזאניע צו מזרח און דרום, און די דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא צו מערב. א גרויסער טייל פונעם דרום־מערב גרענעץ איז ביי דער טאנגאניקע אזערע. דער שטח פונעם לאנד איז אומגעפער 28.000 קוואדראט ק"מ. די הויפטשטאט איז בודזשומבורע, און די באפעלקערונג ווערט געשאצט צו 8.700.000.

                                     

גאבאן

גאַבאָן איז אַ לאַנד אין מערב צענטראל אַפֿריקע וואס גרענעצט זיך מיט עקוואטארישער גינע, קאמערון, רעפובליק פון קאנגא און דעם איינגאס פון גינע. זײַן הױפּטשטאָט איז ליברעװיל.

                                     

טשאד (לאנד)

טשאַד, אפיציעל די רעפובליק פון טשאַד, איז א לאנד איינגעשלאסן לאנד אין צענטראלער אפריקע. ער גרענעצט ניזשער צו מערב, ליביע צו צפון, סודאן צו מזרח און קאמערון און ניגעריע צו דרום־מערב. ער באדעקט א שטח פון בערך 1.284.000 קוואדראט ק"מ. טשאַד האט א באפעלקערונג פון 11 מיליאן מענטשן געשאצט 2012.‏ די הויפטשטאט איז נדזשאמענא, און די אפיציעלע שפראכן זענען פראנצויזיש און אראביש. טשאד איז א מיטגליד אין דעם אפריקאנער פארבאנד.

                                     

מאזאמביק

מאזאמביק, אפיציעל די רעפובליק פון מאזאמביק, איז א לאנד אין דרום־מזרח אפריקע. צו מזרח האט עס א בארטן ביים אינדישן אקעאן, און עס גרענעצט טאנזאניע צו צפון, מאלאווי און זאמביע צו צפון־מערב, זימבאבווע צו מערב, און סוואזילאנד און דרום אפריקע צו דרום־מערב. די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז מאפוטא. די אפיציעלע שפראך פון מאזאמביק איז פארטוגעזיש. דעם 25סטן יוני 1975 האט מאזאמביק פראקלאמירט זיין אומאפהענגיקייט פון פארטוגאל.

                                     

מאראקא

דאס קעניגרייך פון מאַראָקאָ איז אַ לאַנד אין צפון אַפֿריקע. זײַן הױפּטשטאָט איז ראַבאַט. ער האט א בארטן אויפן אטלאנטישן אקעאן ביזן דורכגאס פון גיבראלטאר און דעם מיטלענדישן ים. די גרעסטע שטעט זענען קאַזאַבלאַנקאַ, פֿאַס, מאראקעשּׂ, מעקנעס, סאלע און טאנזשיר.

                                     

עריטרעא

עריטרעאַ איז אַ לאַנד אין צפון-מזרח אַפֿריקע. זײַן הױפּטשטאָט איז אַסמאַראַ. עריטרעא גרענעצט סודאן צו מערב, עטיאפיע צו דרום און דזשיבוטי צו דרום-מזרח. זי האט א לאנגען בארטן אויפן ים סוף צו מזרח און צפון-מזרח, קעגן איבער סאודי אראביע און תימן. די חשובע שטעט אין עריטרעע זענען די הויפטשטאט אסמארא, די פארט שטעט אסעב אין דרום־מזרח און מאסאווע אין מזרח, און קערען אין צפון.

                                     

קעניע

די רעפובליק פון קעניע איז אַ לאַנד אין מזרח אַפֿריקע וואס ליגט אויפן עקוואטאר. מיט דעם אינדישן אקעאן צו דרום־מזרח, האט זי גרענעצן מיט סאמאליע צו צפון־מזרח, עטיאפיע צו צפון, סודאן צו צפון־מערב, אוגאנדע צו מערב און טאנזאניע צו דרום. אין דרום־מערב פון לאנד געפינט זיך די וויקטאריע אזערע, וואס איז געטיילט צווישן קעניע, אוגאנדע און טאנזאניע. איר הױפּטשטאָט איז נײַראָבי. דער שטח פונעם לאנד באדעקט 580.000 קוואדראט ק"מ, און עס האט א באפעלקערונג פון 39 מיליאן מענטשן פון מער ווי 40 עטנישע גרופעס.