ⓘ וואסער ..

וואסער

וואסער פארנעמט ניינציג פראצענט פונעם מענטשנס קערפער. עס איז דער סאמע קריטישסטער וויכטיגסטער באשטאנדטייל וואס דער קערפער מוז דאס האבן. עס איז א כעמישע קאמבינאציע פון הידראגען וואסערשטאף מיט איין אטאם פון אקסיגען. זיין כעמישע סימבאל איז H 2 O. דאס באדייט 2 אטאמען פון הידראגען און איין אטאם פון אקסיגען. ריין טרינקוואסער איז נייטיג פאר מענטשן און אלע לעבעדיקע באשעפענישן. במשך די לעצטיגע צענדליקער יארן איז זיכער טרינקוואסער געווארן מער צו באקומען אין כמעט אלע לענדער פון דער וועלט. וואסער שפילט א חשובע ראלע אין דער וועלט עקאנאמיע און ווערט געניצט אין אסאך אינדוסטריעס. בערך 70% פון פרישוואסער ווע ...

טרינקוואסער

טרינקוואסער איז וואסער פארן מענטשלעכן פארניץ. טרינקוואסער איז די וויכטיקסטע לעבנס־מיטל, און מען עס נישט פארבייטן. טרינקוואסער איז פרישוואסער וואס איז געמאכט גענוג ריין אז מענטשן קענען עס טרינקען אדער ניצן צוגרייטן שפייז מיט זיכערקייט. טרינקוואסער טאר נישט אנטהאלטן קיין מיקראארגאניזמען וואס קענען שעדיגן דאס געזונט. אויך דארף טרינקוואסער צופיל צעלאזטע מינעראלן. אין אסאך לענדער אין דער וועלט איז נישט דא גענוג פארזארג פון טרינקוואסער און מענטשן דארפן ניצן וואסער קאנטאמינירט מיט ארגאניזמען אדער כעמיקאלן וואס זענען שעדלעך צום געזונט, און מענטשן ווערן קראנק פון דעם און אפילו שטארבן. דעריבער איז ד ...

רעזערוואואר

א רעזערוואואַר איז א קינסטלעכע אָזערע וואו מען היט וואַסער. מען מאַכט רעזערוואואַרן אין אַ טייך טאָל מיט בויען אַ דאַמבע אָדער מען קען אויסגראָבן די ערד, אָדער מען קען אים בויען מיט ציגל אָדער בעטאָן.

תשליך

תשליך איז דער נאמען פון א אידישער מנהג צו גיין דעם ערשטן טאג פון ראש השנה צו א טייך וואס איז דא דערינען פיש און דארט "אוועקווארפן" אלע עבירות וואס דער מענטש האט געטון א גאנץ יאר. דער מנהג האט מען ארויסגעלערנט פון א פסוק: ותשליך במצולות הים כל חטאתם. אין אן ארט וואו עס איז נישטא קיין טייכן מיט פיש, מאכט מען תשליך אויך לעבן יעדער וואסער איינזאמלונג אדער אפילו ביי וואסער וואס רינט פון א קראן. אויב דער ערשטער טאג ראש השנה געפאלט שבת, זאגט מען תשליך נאר ביים צווייטן טאג. אסאך פירן זיך, מען גייט זאגן תשליך א טאג פאר ערב יום כיפור אדער דעם פריערדיקן אוונט וואס ווערט גערופן "שלש עשרה מדות", ווייל ...

                                     

ים-זויגער

ים-זויגערס זענען וואַסער־זויגערס וואס פאַרלאָזן זיך אויף דעם אָקעאַן און אנדערע ים־עקאסיסטעמען פֿאַר זייער עקזיסטענץ. זיי נעמען אריין בעלי־חיים ווי ים־הונט, וואלפיש, מאַנאַטיען, ים-ווידרעס און ווייסע בערן. זיי טאָן ניט פאָרשטעלן אַ באַזונדערן טאַקסאָן אָדער א סיסטעמאַטיש גרופּע, אָבער האָבן אַ פּאָליפילעטישע באַציאונג. זיי זענען פאראייניגט דורך זייער צוטרוי אויף דער ים-סביבה פֿאַר דערנערן זיך.

                                     

סאדע וואסער

היינטיגע צייטן פאבריצירט מען סאדע וואסער ווען מען פירט קוילן-זויער דורך וואסער אונטער א שטארקן דריק. צוליב דעם דריק ווערט א סאך גאז צעלאזט אינעם וואסער. ווען מען עפנט דאס פלעשל, גייט אוועק דאס דריק און סווערט בלעזלעך אינעם וואסער.

                                     

פייכטקייט

פֿייכטקייט איז א מאָס פֿון וויפֿיל װאַסערדאַמף געפֿינט זיך אין דער לופט. מען קען מעסטן אדער אבסאלוטע פייכטקייט וואס איז די מאסע פון וואסער וואס געפינט זיך אין א געוויסן פארנעם פון לופט, אדער וויאזוי מען ניצט נארמאל די רעלאטיווע פייכטקייט, וואס איז די פראפארציע פון אבסאלוטער פייכטקייט צעטיילט מיט דער אבסאלוטער פייכטקייט פון טוי מיט דער זעלבער טעמפעראטור.

                                     

פייער הידראנט

א פֿייער הידראַנט איז א וואַסער קוואַל פֿון וועלכער פֿייערלעשער קענען פֿארבינדן זיך צו דער שטאָטישער וואסער סיסטעם צו העלפן זיי קעמפֿן פֿייערס. א פֿייער הידראַנט ווערט באנוצט דורך פֿארבינדן א שלויך צו דעם הידראַנט, עפֿענען דעם ווענטיל צו ליפֿערן א שטארקן וואסער גאָס אונטער דרוק. דער שלויך קען זיין פֿארבינדט צו א לעשאויטא, און מיט דעם לעשאויטאס פאמפע קען דער וואסער דרוק ווערן פֿאַרשטאַרקט אדער אָפּגעטיילט צו פֿילע גאָסן לויט דער מוז.