ⓘ נארגילע איז א אריענטאלישע לולקע צו רייכערן זיסן טאבאק און צומאלן אויך מאריכואנע אדער אנדערע נארקאטיקן. בעיקר נוצן עס די אראבער, ווי אויך איז דא מיט פיר אדער אכט ..

                                     

ⓘ נארגילע

נארגילע איז א אריענטאלישע לולקע צו רייכערן זיסן טאבאק און צומאלן אויך מאריכואנע אדער אנדערע נארקאטיקן. בעיקר נוצן עס די אראבער, ווי אויך איז דא מיט פיר אדער אכט רערן פאר א גאנצער פאמיליע אינאיינעם.

סארבעט בערך אזוי, אונטן איז דא א כלי פון גלאז וואס אין דעם לייגט מען אריין וויין אדער וואסער, אין דעם איז אריינגעשטעקט א שטאנג. פונדערזייט קומען ארויס די רערן, און אויפן שפיץ איז דא א שטיקל טעצל פאר די אש, אויף דעם איז דא א שטיקל קעראמיק מיט לעכערלעך וואס האט א לאך אריין און דארט לייגט מען אריין אזא נאסליכע געמישעכץ פון טאבאק, מדעקט עס צו מיט זילבער פאפיר, און אויף דעם לייגט מען ארויף א קויל און מצינדט עס אן.

די הויפט פירמע וואס דיסטריביוט עס הייסט "על פאקער"