ⓘ שפראך ..

דזשיבעריש

דזשיבעריש אדער טאָטעריש איז א טערמין וואס מען באצייכנט א קאמבינאציע פון ווערטער וועלכע קוקן אויס ווי אויטענטיש אבער באמת זאגט עס גארנישט, און אויך דער רעדער אדער שרייבער זעלבסט פארשטייט עס נישט. א באוואוסטער פאל פון דזשיבעריש אין ליטעראטור איז די דיכטונג "דזשאבערוואקי" Jabberwocky פון לואיס קאראל. צומאל קען מען זען טעקסט וועלכע קוקט אויס ווי דזשיבעריש, אבער באמת איז דאס א קאד שפראך, וועלכע די מבינים ווייסן זייער גוט די באדייט.

שפראך

שפראַך איז א קאמוניקאציע מיטל אריבערצופירן מעלדונגען צווישן מענטשן דורך רעדן אדער שרייבן און דורך באוועגונג צייכונגען. די וויסנשאפטלעכע שטודיע פון שפראך ווערט גערופן לינגוויסטיק. פראגעס וועגן דער פילאסאפיע פון שפראך, למשל צי ווערטער קענען רעפרעזענטירן דערפארונג, האט מען שוין געקלערט כאטש פון די צייטן פון גארגיאס און פלאטאן אין אוראלט גריכנלאנד. שפראכן אנטוויקלען זיך במשך די יארן, און די היסטאריע פון זייער עוואלוציע קען מען רעקאנסטרואירן דורך פארגלייכן מאדערנע שפראכן פעסטצושטעלן וועלכע אייגנקייט וואלטן זייערע עלטערע־שפראכן געדארפט האבן כדי די שפעטערדיקע אנטוויקלונגס שטאפלען זאלן פאסירן. א ג ...

אשפג

אשפג איז א ניי ווארט וואס האט גענאסן פון בליץ פאפולערקייט און איז אנגענומען געווארן דורך מאנכע חסידישע יידישיסטן אויף נוץ אנשטאט "LOL" אדער "ROFL" אויף ענגליש. דאס ווארט "אשפג" איז די ר"ת פון "איך שטארב אדער שיס פאר געלעכטער." עס איז געשאפן געווארן דורך ליבי פאלאק און איז בליץ שנעל פארשפרייט געווארן דורך אירע נאכפאלגער איבער דער אינטערנעץ. אויך דער באקאנטער יידישיסט און פאפולערער בלאגער זכריה שלום בערגער פון באלטימאר האט שוין געגעבן א הסכמה פארן א. ג. "אשפג סינדראם". אט איז וואס ער האט געשריבן פאר פרוי ליבי אויף טוויטער: גאנץ עולם הטוויט האט אשפגער סינדראם א דאנק אייך אויפן יידיש־שפראך פאר ...

די צוויישפראכיקייט פון אונדזער ליטעראטור

די צוויישפראכיקייט פון אונדזער ליטעראטור איז א יודיש בוך געשריבן דורך שמואל ניגער און ארויסגעגעבן פון לואיס לאמעד פאנד פאר אונדזער ליטראטור אין ביידע שפראכן אין דעטרויט, מישיגען אין יאר 1941. דער בוך ברענגט ארויס אז דאס יודישע פאלק האט א לאנגע היסטאריע פון ביילינגוואליזם פון העברעאיש זייט בי זייט מיט נאך א שפראך. ער שטעלט זיך ארויס קעגן די עקסטרעמע באוועגונגען פון יידישיסטן און העברעיאיסטן, בא די שפראכן קריג, וועלכע ביידע פרעדיגן אויף מאניזם אין זייער שפראך. ער באשרייבט אויך די היסטאריע פון צוויישפראכיקייט ביי אנדערע פעלקער, ווי: איטאליענער, גריכן, כינעזער און ארמענער. דאן גייט ער דורך די ...

דיאלעקט

א דיאלעקט איז א וואריאציע פון א סטאנדארטער שפראך וואס א געוויסע גרופע מענטשן רעדן. סאיז נישט פאראן קיין גרויסער אונטערשייד צווישן א דיאלעקט און א שפראך. בריטישע ענגליש און אמעריקאנישע ענגליש זענען ביידע דיאלעקטן פון ענגליש. מאקס וויינרייך האט אמאל געזאגט: "א שפראך איז א דיאלעקט מיט אן ארמיי און א פלאט".

דעפיניציע

דעפיניציע איז א פונקטליכער ארויסזאג וואס גיבט אן הסברה אויף דער מיינונג פון א טערמין, ווארט אדער פראזע. אן ענציקלאפעדיע געבט מער אינפארמאציע איבער א זאך ווי סתם א טרוקענע דעפעניציע וואס דאן איז דאס בלויז א ווערטערבוך. א מאטעמאטישע דעפיניציע איז א גענויער ארויסזאג, וואס מקען ניצן אין א מאטעמאטישן דערווייז.

                                     

ליטעראט

ליטעראט איז איינער וואס איז געלערנט צו שרייבן און ליינען די שפראך וואס ער רעדט. און קורצן ער איז אויפגעבויט אין ליטעראטור. אויב איינער וואס זיין מוטערשפראך איז יידיש, און קען אבער נישט שרייבן קיין יידיש, הייסט אן אנאלפאבעט, אויב ער שרייבט יא א גוטע אידיש, אבער נישט קיין גוטע ענגליש, הייסט ער נישט קיין אנאלפאבעט. נאר זיין מוטערשפראך, וואס ער רעדט, דארף ער קענען שרייבן, לויט די כללים.

                                     

לעזי רש"י

לעזי רש"י זענען ווערטער וואס רש"י האט אין זיין פירוש פארטייטש פון לשון הקודש אויף צארפאסיש, די שפראך וואס די יודן אין יענע געגנט האבן דאן גערעדט. רש"י האט געשריבן איבער טויזנט לעזים אין זיין פירוש אויפן תנ"ך און ש"ס, וואס יעדע פון זיי האט ער געשריבן ווייל ער האט געהאלטן אז אהן דעם פעהלט הסבר צו פארשטיין דאס ארגינעלע ווארט. ער האט עס געשריבן אין העברעאישע בוכשטאבן מיט גענזן פיסלעך דערינען.

Free and no ads
no need to download or install

Pino - logical board game which is based on tactics and strategy. In general this is a remix of chess, checkers and corners. The game develops imagination, concentration, teaches how to solve tasks, plan their own actions and of course to think logically. It does not matter how much pieces you have, the main thing is how they are placement!

online intellectual game →