ⓘ פעלקער ..

קורדן

קורדן זענען א עטנישער שבט שטאמענדיג פון די אינדא-איראנער. זיי האלטן זיך אז זיי שטאמען און באלאנגען צום ראיאן וואס ווערט גערופן קורדיסטאן, א געגנט וואס שפרייט זיך אויס אין איראן, איראק, סיריע און טערקיי. קורדישע קהילות געפינען זיך אויך אין לבנון, ארמעניע, אזערביידזשאן, און אין די לעצטע צענדליגע יארן אויך אין אייראפע און אין אמעריקע. עטניש זענען זיי קרובים צו א חלק פון די איראנער פאלק. זיי רעדן אן אייגענע שפראך קורדיש. מען ווייסט נישט און עס איז נישט דאקומענטירט פונקטליך פון ווי און וויאזוי זיי שטאמען און האבן זיך אנטוויקלט אין אנפאנג. זיי ווערן גערודפט פונקט ווי די אידן ווי זיי גייען אין טע ...

                                     

וויעטנאמעזער

וויעטנאמעזער זענען אן עטנישע גרופּע אין וויעטנאם, וואס נעמען איין 86% פון דער באַפעלקערונג לויטן 1999 צענזוס, כאָטש זיי זענען געאגראפיש און לינגגוויסטיש דרום־מזרח אזיאטישע, וויבאלד זיי האבן געהאט דורך א גאר לאנגער תקופה השפעה פון כינע זענען זיי געווארן נעענטער צו די מזרח אזיאטישע, ווי די דרום כינעער און אנדערע שבטים אין די דרום כינע.

                                     

ציגיינער

ציגײַנער איז א פאלק וואס שטאמט פון אינדיע. זיי פלעגן וואנדערן זיך איבעראל, אבער היינטיגע צייטן אסאך פון זיי וואוינען אויף איין ארט. אין דעם צווייטן וועלט קריג האבן די נאציס פארלענדט ארום 400.000 ציגיינער. די טראדיציאנעלע פאכן פון די ציגיינער זענען פעדלעריי, מעטאל ארבעט, פי הענדלעריי און פארוויילונג, ווי זינגען און טאנצן צום ביישפיל דער שפאניש־ציגיינער פלאמענקא טאנץ.