ⓘ לשון קודש ..

אשכנזישע הברה

אשכנזישע הברה איז אַ נוסח אַרויסצוריידן לשון קודש און תרגום לשון, וואָס האָט זיך אַנטוויקלט צווישן אשכנזישע יידן. צוזאַמען מיט באַשטימטע באַזונדערקייטן אין סינטאַקס און וואָרטשאַץ שטעלט זי מיט זיך פאָר אַ שפּראַך, אַ יורש פון לשון קודש, וואָס אשכנזים פלעגן פאַרווענדן פאַר תפילה טאָן און חזנות, לייענען און שרייבן ביכער, פאַר לערנען. ווייט פאַרשפּרייט ביז די יאָרן פון חורבן איז דער אשכנזישער אַרויסרייד היינטצוטאָג זייער באַגרענעצט אין זיין באַנוץ, נאָכגעבנדיק זיין ראָלע דער הברה פון מאָדערנעם עברית אין מדינת ישראל און אַפילו אין אַנדערע לענדער.

ליסטע פון לשון-קודש ווערטער אין יידיש

יידיש ניצט א סך לשון-קודש ווערטער אבער מען איז געוואוינט צו שרייבן מיטן לשון־קודש׳דיקן אויסלייג. ממילא קען זיין שווער צו וויסן וויאזוי מ׳רעדט אויס אזא ווארט טאמער מען איז נישט באקאנט. דא ברענגט מען א רשימה פון לשון־קודש ווערטער מיט דעם אויסדרוק אויף יידיש.‏

לשון קודש

צי מיינט איר העברעאיש? לשון הקודש איז דער אור אַלטער שפּראַך וואס מנוצט ווען מען לערנט תורה. דאס איז די שפראך וואס מען האט גערעדט בשעת מתן תורה און איז פארבליבן געווארן אלס א הייליגע שפראך ביי די יידן במשך זייערע אלע דורות. לויט די ארטאדאקסישע-יידישע טראדיציע איז דאס די ערשטע שפראך פון דער וועלט ביז דור הפלגה ווען די שפראכן האבן זיך צעטיילט צו 70 שפראכן. אין מדרש שטייט אז מיט די שפראך האט גאט באשאפן דער הימל און די ערד. לשון קודש האט זיך אנטוויקלט במשך די דורות אין פארשיידענע וועגן, און פון איר האט זיך אנטוויקלט העברעיש.

מעוות שאינו יכול לתקון

מעוות לא יוכל לתקון איז א לשון הקודשדיגער אויסדרוק וואס מען ניצט אויף א זאך וואס מען האט געברויכט טוהן און מען קען מער עס נישט משלים זיין. עס ווערט אויך גענוצט אין יודיש בפרט אין די חסידיש יודישער שפראך וואס באנוצן זיך מער מיט גמרא לשון. דער מקור איז אין קהלת פרק א פסוק טו: מְעֻוָּת, לֹא-יוּכַל לִתְקֹן; וְחֶסְרוֹן, לֹא-יוּכַל לְהִמָּנוֹת, און די משנה אין מסכת חגיגה פ"א מ"ו ברעהנגט עס אלס ביישפיל אויף איינער וואס האט נישט מקיים געווען מצוות ראייה גאנץ יום טוב קען ער עס שוין נישט באצאלן. די גמרא דארט אויפן פלאץ גיבט נאך ביישפילן, למשל איינער האט געמאכט געבוירן א ממזר אדער פארפאסט די זמן קריא ...

מקום

אין ווערטערליכן באנוץ איז עס ביים מנחם אבל זיין, זאגט מען: המקום ינחם אתכם. אויך ביים דאווענען יעדן מאנטאג און דאנערשטאג זאגט מען ביים לאנגן יהי רצון: המקום ירחם עליהם.

עוולה

עוולה איז אן אומווערדיקייט וואס מען טוט צו א צווייטען אדער בין אדם לחברו אדער בין אדם למקום אן עוולה וואס מען קען נישט פארעכטן ווערט אנגערופען א מעוות שאינו יכול לתקון