ⓘ ארץ ישראל ..

אויבער גליל

דער אויבער גליל, איז א ראיאן אין צפון טייל פון ישראל, וואס די העכסטע בערג אין ישראל געפונען זיך דארט. פון מערב געפונט זיך דער מיטלענדישער ים, די טאל פון בית הכרם פון דרום, און די חולה טאל און די ירדן טאל פון מזרח, צפון איז די גרעניץ מיט לבנון.

אונטער גליל

דער אונטער גליל איז א ראיאן אין צפון פון ארץ ישראל. זײַנע גרענעצן זענען דער יזרעאל טאל אין דרום, דער ים כנרת און ירדן טאל אין מזרח, דער אויבער גליל אין צפון און דער זבולון טאל און דאס עכו פֿלאכלאנד אין מערב. דער אונטער גליל איז דער דרומדיקער טייל פונעם גליל. ער הייסט "תחתון" ווײַל ער האט נישט אזויפֿיל בערג ווי דער אויבער גליל, און איז טאקע דער נידעריגסטער בארגדיקער ראיאן אין ארץ-ישראל. די שפיצן פון דעם אונטער גליל הייבן זיך ביז 500 מעטער איבערן ים-שפיגל, די העכסטע שפיצן זענען הר כמון אין צפון טייל פונעם אונטער גליל און הר תבור אינעם דרום טייל.

בית אל

משה דוד קאסוטו, הכתובים המקבילים: סעיף 3 - השמות הפרטיים והאטימולוגיה שלהם, בית אל, באתר "מקראנט" פרטים ותמונות על תל בית אל חגי בן ארצי, ויקרא את שם המקום ההוא בית-אל, באתר אוניברסיטת בר-אילן יצחק מייטליס, ההיו כמה בית אל?, באתר "דעת"

בשן

בשן איז א ראיאן וואס ווערט דערמאנט אין דער תורה, וואס משה רבינו האט איינגענומען, פון דעם קעניג, עוג מלך הבשן. די געגנט געפונט זיך צפון טייל, פון אנדערע זייט ירדן טייך, וואס איז היינט מערסטנס אונטער סיריע, און א טייל איז אין ישראל. ביים צעטיילן די שבטים, האט מנשה באקומען העלפט פון זייער טייל אין בשן געגנט. אין יאר 732 איידער די ציווילע רעכענונג, האט תגלת פלאסר קעניג פון אשור, איינגענומען די געגנט, און פארטריבן די יידן. די פעלקער אין די ראיאן האבן זיך גענומען באזעצן אין די בשן, און ווען די סעלוקן זענען אנגעקומען האבן זיי עס איינגענומען, און אסאך יוונים האבן זיך דארט באזעצט. יהודה המכבי, און ...

גבעת זאב

גבעת זאב איז א יידישע זידלונג, גערופן אויפן נאָמען פון זאב זשאבאטינסקי, וואס געפינט זיך צפון מערב פון ירושלים און דרום פון ראמאללא, אויף דער אנדערער זייט פון דער גרינער ליניע, געגרינדעט אין יאר 1983, און דערקלערט געווארן אלס לאקאלע ראט, אין יאר 1984. לויט דעם צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, וווינען אין גבעת זאב 11.300 איינוווינער. דאס שטעטל ווערט פארעכנט אלס מער פארמעגליך, מיט א דורכשנילעכן איינקונפט פון איבער 7.000 שקל א חודש פער ארבעטער. צו דער שטאט פארבינדט שאסיי 443 פון ירושלים, און אויך גאלדא מאיר בולעווארד פון רמות און קבר פון שמואל הנביא, קומט אן קיין גבעת זאב. דער פארזיצער פונעם לאקא ...

געאגראפיע פון ארץ ישראל

ארץ ישראל געפינט זיך אינעם קאָנטינענט אזיע אין דעם מיטל מזרח און איז אריינגערעכנט אינעם בעקן פונעם מיטלענדישן ים. זיין צפון גרענעץ איז אין דרום פון היינטיקן לבנון און זיין צפון מזרח גרענעץ איז אין דרום־מערב סיריע; אין מזרח און דרום־מזרח טוט ער גרענעצן דעם אראבישן מדבר און ביים דרום עק איז דער ים סוף ; אין דער מערב זייט איז דער מיטלענדישן ים און אין דרום-מערב דער סיני האלאינזל. ארץ ישראל געפינט זיך ביים האַרץ פונעם מיטל מזרח. ער איז פלאַצירט צו מערב פון דעם געגנט גערופן די פרוכבארע האלב־לבנה און צום דרום פון דער געגנט גערופֿן דער לעוואַנט, כאָטש לעצטנס באדייט דער באַגריף בלויז סיריע און לבנ ...