ⓘ אחד מי יודע איז א פיוט וואס מען זאגט אין סוף ליל הסדר. עס איז געשריבן אין לשון קודש געמישט מיט אראמיש. זיין געשטעל איז 13 פראגעס אויף א פארעם פון: אחד מי יודע, ..

                                     

ⓘ אחד מי יודע

אחד מי יודע איז א פיוט וואס מען זאגט אין סוף ליל הסדר. עס איז געשריבן אין לשון קודש געמישט מיט אראמיש. זיין געשטעל איז 13 פראגעס אויף א פארעם פון: "אחד מי יודע", "שנים מי יודע" אא"וו, און די ענטפערס זיינען: "אחד אלוהינו", "שני לוחות הברית" אא"וו.

דער פיוט איז געשריבן אין דער מיטלאלטער און דער מחבר זיינער איז נישט באוווסט. אין א סידור פון יאר הקס"ו 1406 שטייט אז דער פיוט האט מען געטראפן אין דער שול פון ר אלעזר בר יהודה פון ראגמיזע, דער בעל הרוקח.

אין געוויסע געמיינדעס האט מען זיך געפירט זינגען אחד מי יודע אויך שבת־שבע ברכות.