ⓘ בוענאס איירעס. בוענאָס־אײַרעס איז די גרעסטע שטאט און הויפטשטאט פון ארגענטינע, מיט 2.7 מיליאָן אײַנוווינער. די שטאט איז געגרינדעט הרצו 1536. אין די 1920ער האבן פ ..

                                     

ⓘ בוענאס איירעס

בוענאָס־אײַרעס איז די גרעסטע שטאט און הויפטשטאט פון ארגענטינע, מיט 2.7 מיליאָן אײַנוווינער.

די שטאט איז געגרינדעט הרצ"ו 1536. אין די 1920ער האבן פיל אייראפייער אהין אימיגרירט, דאס איז די אורזאך פון די פארשידנקייט אין דער היינטיקער באפעלקערונג.

היינט וווינען דארט ארום 250.000 יידן.

                                     

1. קולטור

ארכיטעקטור

אין 1919 האט מען אנגעהויבן בויען דעם באראלא פאלאץ, וואס איז דעמאלסט געווען די העכסטע געביידע אין דרום אמעריקע, און איז געווען דער ערשטער וואלקן קראצער אין ארגענטינע געבויט מיט בעטאן 1919–1923. אין דער געביידע האט מען געשטעלט 9 ליפטן, מיט א 20-מעטער הויך פֿירהויז מיט מאלערייען אינעם סאפיט און לאטיינישע פֿראזעס אמבאסירט אין גילדענע בוכשטאבן. אינדערהייך 110מ האט מען געשטעלט 300.000-קאנדעלא שיינטורעם, כדי מ׳זאל קענען זען די געביידע אפילו פון אורוגוויי.