ⓘ פארזיכערונג ..

פארזיכערונג

פארזיכערונג הייסט פלאנירן קעגן איינשטעלן, אפט דורך אריינלייגן צעביסלעך געלט, דערנאך קען מען צוריק באקומען א גרויסן צאל געלט, אפט מאל אפילו מער וויפל מען האט אריינגעלייגט. צו איז דאס ביי געזונטהייט, אז מען צאלט איין חודשליך אדער וואכנטליך אז טאמער עפעס פאסירט און מען דארף אנקומען צו מעדיצינישע באהאנדעלונגן צאלט דער אינשורענס קאמפאני די קאסטן צו א חלק דערפון. ביי לעבן פארזיכערונג אז א מענטש צאלט איין ביים לעבן יארליך א געוויסער צאל געלט, אז ווען ער שטארבט זאל די אלמנה און די יתומים באקומען א גרויסע צאל געלט. געזונט פארזיכערונג וועט אויסצאלן א מענטש וואס דורך אן אקצידענט אדער קראנקייט ליידט פ ...

לעבן פארזיכערונג

לעבן־פארזיכערונג איז אן השערה פון אן פארזיכערונג געזעלשאפט איבער די ריזיקע פון דער טויט פון דעם פאליסי האלטער. אין אידיש גערעדט איז עס א פארזיכערונג פאליסי גענוי ווי אלע פארזיכערונג פאליסיס וועלכע איז פארשריבן אויפן לעבן פון א מענטש און אויב יענער שטארבט באקומען זיינע איבערלעבער דאס געלט. מיט עטליכע זאכן איז א לעבן־פארזיכערונג אבער יא אנדערש פון אלע אנדערע פאליסיס. ערשטס אז קיין איין פאליסי האלטער האט נאך נישט איבערגעלעבט זיין קאמפענסאציע און צווייטענס אז עס איז נישט פאראן דערין קיין האלבע שאדן, אויב איז עס פאראן א תביעה איז עס א גאנצע תביעה. די דריטע זאך איז אז כמעט יעדע פאליסי ענדיגט זיך ...