ⓘ זיכערהייט ..

אויטא אלארם

אויטא אלארם איז אן עלעקטראנישער אלארם סיסטעם ספעציעל פאר אויטאס וועלכע פייפט אויב איינער פרובירט איינברעכן און אוועקפארן מיט דעם אויטא. אויטאס זענען איינע פון די הויפט צילן פאר גנבים שוין פאר עטליכע דורות און וועט לויט אלע ערווארטונגן בלייבן אויף זייער ליסטע אויף לעולם און כאטש די זיכערהייט מאסנאמען ווערן בעסער און בעסער ווערן אבער די גנבים אויך מער פארגעשריטן און וועלן דאס קיינמאל נישט אויפגעבן ערשטנס ווייל דאס איז א ווערטפולע חפץ וועלכע ליגט אויפן גאס, פארקויפט זיך זייער גרינג, און פארמאגט אן אריינגעבויטע אנטלויף סיסטעם. די ערשטע אויטא גניבה וועלכע איז געווארן רעקארדירט ביי די פאליציי אי ...

באהאלטן

באהאלטן איז פארדעקן עפעס א זאך אז אנדערע זאלן דאס נישט זעהן און באמערקן. דער ציל איז צו האלטן דעם זאך אדער לאקאציע אדער מענטש א סוד. קינדער האבן אויך אזא פאפולערער שפיל וואס הייסט באהאלטן און איינער דארף זוכן די איבעריגע.

געהיימע דינסט פון די פאראייניגטע שטאטן

די געהיימע דינסט פון די פאראייניגטע שטאטן איז געשטעלט צו באוואכען באשיצן די פרעזידענט און וויצע פרעזידענט און די פאמיליע זייערע. געגרינדעט דעם 5טן יולי, 1865, קעגן שווינדל, דאס איז געווען די איינציגסטע אגענטור וואס האט געהאט טויזנטער אגענטן אונטער זיך דעמאלטס, ממילא האט עס איבערגענומען אסאך ראלעס ווי אויספארשן באנק רויבערייען אומלעגאלע פארוועטן. און נאך איז נאך די מארד פון פרעזידענט וויליאם מעקינלי און 1901 האט קאנגרעס בייאויפטראגט די סיקרעט סערוויס צו שיצן אויפן פרעזידענט. 5.000 אגענטן ארבעטן פאר די סיקרעט סערוויס,

דיפלאמאטיע

דיפלאמאַטיע איז די קונסט און פראקטיק פון פארהאנדלונגען צווישן באפֿולמאכטיקטע רעפרעזאנטן פון פארשידענע גרופעס אדער דיפלאמאטן פון לענדער. בעיקר באציט זיך דער באגריף אויף אינטערנאציאנאלער דיפלאמאטיע. די פארהאנדלונגען קענען זיין וועגן האנדל און מסחר, אדער וועגן מלחמה און שלום. מען ניצט אויך דעם באגריף אין א פארברייטערטן זינען אויף פארהאנדלונגען צווישן נארוועלכע צוויי אדער מערערע גרופעס. די וועלטווייטע שפראכן פון דיפלאמאטיע זענען ענגליש און פראנצויזיש. איידער מען קומט צום טריט פון די פירער פון לענדער אונטערשרייבן אינטערנאציאנאלע אפמאכן, דארף פריער די דיפלאמאטן פארהאנדלען דעם ענין. אן אמבאסאדאר ...

היימלאנד זיכערהייט

דער פאראייניגטע שטאטן דעפארטמענט פון היימלאנד זיכערהייט ‏ איז א קאבינעט דעפארטמענט פון דער פאראייניגטע שטאטן פעדעראלער רעגירונג מיט דער פאראנטווארטלעכקייט צו שיצן די טעריטאריע פונעם לאנד פון טעראריסטישע אטאקעס און אנרופן צו נאטירלעכע קאטאסטראפעס.

                                     

דיגיטאלישע אונטערשריפט

אַ דיגיטאַלישע אונטערשריפֿט איז אַ מאַטעמאַטישע סכעמע צו באַװײַזן די אױטענטישקײַט פֿון אַ דיגיטאַלישן מעסעדזש אָדער דאָקומענט. אַ גוטע דיגיטאַלישע אונטערשריפֿט אלגאריטם, גיבט דעם באַקומער אַ סיבה צו גלײבן אַז דער מעסעדזש איז געשאַפֿן געװאָרן דורך אַ באַקאַנטן שיקער, און אַז מען האָט אים ניט געטױשט אונטערװעגנס. אָפֿטמאָל װערט עס דורכגעפֿירט מיט אַ מעטאָד פֿון קריפּטאָגראַפֿיע.

                                     

האנד טארמאז

א האנד־טאָרמאַז איז א סיסטעם וואס מען ניצט צו האלטן א מאשין אויף איין ארט ווען זי איז פארקירט, ספעציאל אויף א בארגיקן פלאץ. דאס ארבעט מיט א קאבל וואס ציט אויף די רעדער. דער האנט טארמאז איז דירעקט באהאפטן מיט די ברעיקס דורך א פאסיק און גיט א שנעלע און פלוצלינגע אפשטעל. די הויפט טארמאז סיסטעם איז א הידרוילישע סיסטעם וועלכע שטעלט אפ דעם אויטא אן אויפשאקלען.

                                     

האנטקייטן

האנטקייטן זיינען צוויי אייזערנע רינגלען וואס זיינען פארבונדן איינער צום אנדערן מיט א קורצע קייט, די רינגלען ווערן פארשלאסן אויף א פאל וואס מען קען זיי נישט עפנען אן א שליסל. אין אלגעמיין ניצט מען זיי צו פארבינדן הענט און פיס פון פארברעכער. די רינגלען קען מען פארשטייפן און צופאסטן לויט די מאס פונעם מענטשנס ארעם אדער פוס.