ⓘ טויט ..

טויט

טויט איז די פערמאנענטע טערמינאציע פון ביאלאגישע פונקציעס וואס דעפֿינירן לעבעדיגע ארגאניסמען. דאס באטיטלט סיי דאס אקטועלע געשעעניש פון שטארבן און סיי דאס נאכאנאנדיגע מציאות פון טויט נאכן פארענדיגן דאס לעבן.

הענגען

טויטן א מענטש דורך הענגן גייט צוריק טויזענטער יארן און איז גענוצט געווארן דורך רוב קעניגרייכן און אפילו אין די מאדערנע וועלט. הענגען ווערט פאררעכנט אלס איינע פון די גרינגסטע אופנים פון טויט און פארלאנגט נישט צופיל ארבעט און סופלייס דאס צו קענען דורכפירן. אין די 50קער און 60קער יארן האבן די פארגעשריטענע לענדער אנגעהויבן נוצן די עלעקטריק טשעיר אלס די הויפט מיטל פון טויט שטראף נאכדעם וואס הענגען איז באטראכט געווארן אלס צו א נידריגן אקט וועלכע פארשעמט דעם געאורטיילטן אין די לעצטע מאמענטן פון זיין/איר לעבן. די עלעקטריק טשעיר איז שפעטער אויפגעטוישט געווארן מיט לעטאל איינשטעכונג וועלכע איז ווייני ...

זעלבסטמארד

זעלבסטמאָרד איז ווען א מענטש איז זייער ביטער אויף אזוי ווייט אז דער מענטש פארלירט דעם נארמאלן געוויסן און די כעמיקאלן אין דעם מוח פארלירן דעם ריכטיגן באלאנס אז דער מענטש הרגעט זיך. היינט צוטאגס קען מען דאס פשוט היילן דורך מעדיצינען און פּילען. לויט דער אמעריקאנישער גרינדונג פאר זעלבסטמאָרד-פארהיטונג ענ׳ שטארבן 44.193 מענטשן וועגן זעלבסטמאָרד יעדע יאר. 7 פון 10 מענטשן וואס האבן געהרגעט זיך אין דעם יאר 2015 זענען געווען ווייסע מענער. מענער הרגן זיך 3.5 מאל אזוי אפט ווי פרויען כאטש פרויען פארזוכן זיך צו הרגן 3 מאל אזוי אפט ווי מענער.

מוח טויט

מוח־טויט איז א קלינישער מצב ווען די מוח צעלן זענען שוין טויט אין אן אומאיבערקערלעכן אופן, אבער דאס הארץ קלאפט נאך, און דאס בלוט שטרוימט נאך אין די אדערן. צוליב דעם וואס דער מוח קאנטראלירט אויך דאס אטעמען, קענען מוח־טויטע מענטשן נישט אטעמען פון זיך אליין, נאר דורך א ראספיראטאר. אויב געט מען נישט פארן מענטש א מעכאנישער וואנטילאטאר, וועט דער מענטש מער נישט קענען אריינאטעמען אקסיגען און דאס הארץ וועט נאך א וויילע אויפהערן קלאפן צוליבן חסרון פון אקסיגען. אין פילע לענדער פון דער וועלט, אריינגערעכנט אין די פאראייניגטע שטאטן און אין ישראל, ווערט מוח־טויט פאררעכנט פאר דער לעגאלער דעפעניציע פון טויט ...

                                     

הינריכטונג

הינריכטונג מיינט טויטן דורך א שטראף פאר א הארבער פארברעך ווי פארראט אדער מארד. דאס טויטן קען זיין דורך הענגען אויף א שטריק אדער שיסן אדער סיי וואסערע אנדערע טויט.

                                     

צווינטער

א צווינטער איז א פלאץ וואס איז אוועקגעשטעלט צו באערדיגן די קערפער פֿון טויטע גוים. דאס ווארט צווינטער שטאמט פון א סלאוויש ווארט וואס קומט פון גריכיש κοιμητήριον. אין די מערב לענדער טוט מען היטן די לעצטע צערעמאניעס אויפן פעלד אין צווינטער, יעדער איינער לויט זײַן קולטור און רעליגיע.

                                     

שטערבליך

שטערבליך איז איינער וואס איז זייער גאר שטארק קראנק מיט א טויטליכער קרענק, ווערט עס אנגערופן אז ער איז שטערבליך קראנק, ד"מ: מען קען שטארבען פון יענער קרענק. ארגינאל, דאס ווארט באשרייבט יעדע מענטש און חיה, ווייל צום סוף שטארבן זיי.