ⓘ שלמה זלמן שטיין. ר שלמה זלמן שטיין איז גאר שטארק ארויפגעקוקט און פאפולער צווישן אלע סאטמארער חסידים. ער איז געווען א גבאי און גאר נאנטע מקורב צום סאטמאר רב, דער ..

                                     

ⓘ שלמה זלמן שטיין

ר שלמה זלמן שטיין איז גאר שטארק ארויפגעקוקט און פאפולער צווישן אלע סאטמארער חסידים. ער איז געווען א גבאי און גאר נאנטע מקורב צום סאטמאר רב, דער ברך משה, און איז אויך גאר א נאנטע מענטש צום סאטמארע רבי, רבי אהרן.

ער איז אויך דער פארזיצער פון דעם גרויסן סאטמארער ארונים כולל אין וויליאמסבורג.

ר שלמה זלמן שטיין איז אן איידעם ביי ר משה פריעדמאן, א קלוגער מאן און א אלסווייסער, און א לאנג יעריגער שרייבער אין דער איד.

ער איז דער בעה"ב פונעם געשעפט "לי עוועניו פאטא", וואס ווערט אנגעפירט דורך זיין זון נפתלי הירצקא שטיין, פון די נאנטע מקורבים און גבאים פונעם סאטמארער רבין רבי אהרן טייטלבוים.

                                     

1. וועבלינקען

  • ר שלמה זלמן שטיין ווערט געזען שטיין הינטער דעם סאטמארער רבין, ר אהרן, ביי התרת נדרים ערב ר"ה
  • ר שלמה זלמן שטיין ווערט געזעהן שטיין הינטער דעם סאטמארער רבי׳ן, רבי משה טייטלבוים ז"ל, ביי מגילה ליינען ליל פורים