ⓘ משה מנחם טירנויער. ר משה מנחם טירנויער איז דער דיין פון דער סאטמערער קהילה אין מאנטרעאל, און דער ראש ישיבה פון ישיבת תורת משה, מאנטרעאל. ער איז אן אויסגערופענער ..

                                     

ⓘ משה מנחם טירנויער

ר משה מנחם טירנויער איז דער דיין פון דער סאטמערער קהילה אין מאנטרעאל, און דער ראש ישיבה פון ישיבת תורת משה, מאנטרעאל.

ער איז אן אויסגערופענער תלמיד חכם, און א גאון עצום. ער איז א סאטמארער תלמיד, אין אויך א תלמיד פון הגאון רבי אברהם לייטנער זצ"ל, מאנטעווידעא רב.

ר משה מנחם האט זיך אריבערגעצויגן קיין מאנטרעאל דורך דעם שליחות פון דעם סאטמארער רבי.שפעטער ווען דער רב ר שיימא איז אוועק איז ער דארט אויפגענומען געווארן אלס דיין, אויפן ארט פונעם פריערדיגן רב ר שיימא שווארץ, אין יאר תשל"ג לפ"ק.

ער איז געווען א שטארקער חסיד פון ברך משה, און האט געשטיצט די פאבליק סקול אין קרית יואל, היינט צו טאגס איז ער א גרויסער שטיצער פון ר זלמן לייב טייטלבוים, סאטמארער רבי אין וויליאמסבורג.

ער איז א גרויסער קנאי, און פון די גרעסטע פרעדיגערס וועגן דער סאטמארער שיטה.