ⓘ יידישע ביכער ..

א גריס מיין שוועסטער

א גריס מיין שוועסטער איז א ביכל געשריבן דורך צ. פאללאק, און איבערגעזעצט אויף אידיש דורך נפתלי צירלזאהן, און רעדאקטירט דורך י. קליגהויפט. דאס בןך איז ארויסגעגעבן דורך הוצאת פלדהיים פון א"י. עס האט הסכמות פון הרב מאיר סירוטה און יחזקאל אלימלך לינדערער. דאס ביכל לייגט אראפ אויף אן אינטרעסאנטן אופן וויאזוי א מאמע פון בראזיל, וואס איז געווארן פריי נאך די מלחמה, קערט זיך צוריק צו איר איינציגסטע טאכטער וואס איז פרום געווארן און געפארן וואוינען קיין ירושלים, און ךורכדעם טרעפט זי איר שוועסטער צווילינג וואס זי האט פארלוירן ביי די מלחמה.

א ליטוואק אין פוילן

א ליטוואַק אין פּוילן איז א יודיש ביכל פון זכרונות געשריבן דורך דניאל טשארני ערשינען אין ניו יארק דורכן אלטוועלטלעכן יידישן קולטור-קאנגרעס פאראייניגט מיט ציקאָ, אין יאהר 1955. דער בוך שטעלט פאָהר אן אויטענטישן בליק און אבזערוואציע פון דאס ווירבלנדיגן יודישן לעהבן אין פוילן הארט פאַהר דער צווייטע וועלט-מלחמה.

אאזיס (בוך)

אאזיס איז א בוך פון 47 יודישע ליעדער און פאעמעס געשריבן דורך אברהם סוצקעווער אין די יאהרן פון 1957-1959. מערסטנס פון די דיכטונגען זענען גאנץ קורצע און פארנעמען נישט מעהר ווי איין זייט, אדער - גאהר אפט - פיל ווייניגער. דער בוך איז ארויסגעגעהבן געווארן אין יאהר 1960 דורך די י.ל. פרץ פארלאג אין תל אביב, ישראל און געדרוקט ביי די ארטיגע דפוס אורלי אין טויזנט צוויי-הונדערט עקזעמפלארן. די צייכענונגען בעפאר יעהדע אפטיילונג זענען פון פנחס שער.

אויף וואקאציע

אויף וואקאציע איז א יודיש ביכל מיט הומאריסטישע דערציילונגען, מאנאלאגען, רעציטאציעס און אפאריזמען געשריבן דורך סעם ליפצין און ערשינען אום 1957 אין ניו יארק דורך פארלאג אמכאָ.

איבער בערג און ימען

איבער בערג און יַמען איז א ביכל אויף דער אידישער שפראך וואו סווערט באשריבן די מלחמה איבערלעבענישן פון ר חיים מרדכי שטיינבערג וועלכע האט זיך געראטעוועט דורך פארשטעלן זיך ווי א גוי און עווענטועל געשווערצט די גרעניץ קיין ראמעניע און פון דארט קיין ארץ ישראל אויף א טערקישער שיף. עס איז באארבעט געווארן דורך א. ראטה און ארויסגעגעבן דורך דיאמאנט פאבלישינג אין יאר התשס"ח. עס ווערט אויך דערמאנט די טאלאנטפולע שרייבערס ר יודא שמחה גראס און ר פנחס גלויבער וועלכע האבן זיך פיל אפגעגעבן מיטן באשרייבן די ערשטע שריפטן און מגיה זיין דעם מאנוסקריפט. עס אנטהאלט צוואנציג קאפיטלעך אין איבער צוויי הונדערט זייטן א ...

איך וועל דיר ראטעווען

איך וועל דיר ראטעווען איז א ביכל אויף דער אידישע שפראך וואס אילוסטיריט די מעשה פון די מכות און יציאת מצרים אויף זייער א לעבעדיגן און ציענדן אופן. עס לויפט אויף אן אופן אז א מצרי האט אדאפטירט א אידיש קינד, און דורך דעם וואס דאס קינד איז נישט אפעקטירט געווארן פון די מכות, איז ער געוואויר געווארן אז ער איז א איד. דער שרייבער איז זכריה האפמאן, און סאיז ערשינען אין יאר תשס"ו.

                                     

אויפן שאך ברעטל

אויפן שאך ברעטל איז א יודיש בוך פון באלערנדע פערזענליכע איבערלעבענישן און עפיזאדן פון מענטשן וועלכע האבן זיך געשטארקט אויף די שוועריגקייטן אין טאג טעגליכן לעבן, געשריבן און באארבעט דורך נ. קלאר און ארויסגעגעבן דורך הוצאת נר למאור אום תשע"ג. א גרויסער טייל פון די ווירקליכע געשעהענישן וועלכע ווערן דערציילט אינעם בוך זענען ערשיינען אינעם מאנאליכן אויסגאבע די ליכטיגע היים. עס האט א הסכמה פון רבי שלמה יודא הירש. דער בוך אנטהאלט זעקס-און-צוואנציג עפיזאדן אין דריי-הונדערט ניין-און-נייציג זייטן.

                                     

אתהלך

אתהלך איז א פאפולער ביכל אויף יידיש און העברעאיש וואו אהרן מרגליות באשרייבט זיין אויסענארדטליכע לעבנסגעשיכטע. דאס ביכל איז געווארן פארעפנטליכט דורך פעלדהיים. עס איז איבערגעזעצט אויף ענגליש מיטן נאמען "ווי לאנג איך לעב".

                                     

גרעגארי קומט צוריק אהיים

גרעגארי קומט צוריק אהיים איז א דיקער בוך וואו עס ווערט געשילדערט א העכסט דראמאטישע לעבנס-געשיכטע פון א טאטע מיט א זוהן פון רוסלאנד, אנגעהויבן ביי די צווייטע וועלט מלחמה און געענדיגט יארן שפעטער ווען זיי האבן דעזערטירט קיין אמעריקע. דער בוך איז ארגינעל געשריבן אין די רוסישע שפראך און איז איבערגעזעצט געווארן אויף יודיש דורך המסביר טרענסלעישן סערוויסעס HAMASBIR TRANSLATION SERVICES. עס איז געדרוקט און פארשפרייט דורך דפוס המעתיק אין ברוקלין, ניו יארק התשס"ח און אנטהאלט 43 קאפיטלען אין 640 זייטן.

                                     

די פאליטרע

די פּאַליטרע איז א בוך פון לידער געשריבן דורך ראשעל וועפרינסקי און ערשינען אין מדינת ישראל אום התשכ"ד דורכן י. ל. פרץ פארלאג. די זאמלונג איז אן אפקלייב פון לידער וועלכע זי האט געשריבן אין די יארן 1919-1963. דאס בוך באשטייט פון איבער הונדערט לידער איבער פארשיידענע טעמעס, איינגעטיילט אין פיער אפטיילונגען אין א ס"ה פון 125 זייטן. אט אזוי הייסן די אפטיילונגען: פּאָרטרעט פון מיין יונגשאַפט מיינע דרימלענדיקע פענצטער בורשטין-בלייך געזאנגען צו דיר

                                     

דיין טייערער געשאנק

דיין טייערער געשאַנק איז א יודיש זאמל בוך פון פארשידענע אינטרעסאנטע ערציילונגען געשריבן דורך באוואוסטע באגאבטע שרייבעריןס בעיקר איבער דעם ענין פון צניעות און באשיידנקייט ביי פרויען, ארויסגעגעבן אין יאר תשע"ד דורך ח. רוזנגרטן פון הוצאת שושנים אין ירושלים און פארשפרייט דורך נר למאור פארלאג. עס האט הסכמות פון די בי"ד פון עדה החרדית און אלכסנדר האבערפעלד. עס אנטהאלט זעקס-און-צוואנציג ערציילונגען אין א ס"ה פון צוויי הונדערט איין-און-אכציג זייטן.

                                     

הנה באהל

הנה באהל איז א יודישער בוך וואו עס ווערט באשריבן די אפשטאם און לעבנס-געשיכטע פון רעבעצין רייזל פארטוגאל פון סקולען. עס איז געשריבן און בעארבעט געווארן דורך ש. בריזל און ארויסגעגעבן דורך איהרע קינדער. עס באשטייט פון זיבן חלקים אין א ס"ה פון פינעף הונדערט און פינעף-און-צוואנציג זייטן. דער ספר אנטהאלט פיל פאעמען וועלכע די רעבעצין אליינס האט געשריבן און ווערטלעך וואס זי פלעגט זאגן. עס איז צום ערשט ערשינען אום ז תמוז תשע"א און איבערגעדרוקט געווארן אין יאהר תשע"ג.

                                     

מאטעל פייסי דעם חזנס

מאָטל פייסי דעם חזנס איז א בוך געשריבן געווארן דורך דעם וועלט בארימטן שרייבער שלום עליכם, באלד איידער ער איז געשטארבן אין 1916. עס באשרייבט דאס לעבן אין אלטן יידישן שטעטל, לויט מאָטלס קוקווינקל. ער איז א יתום. שפעטער ווערט באשריבן זיין משפחהס עמיגרירונג און ווי זיי קומען צום סוף אן אין די פאראייניגטע שטאטן. אינמיטן שרייבן דאס בוך איז שלום עליכם געשטארבן, און די געשיכטע ווערט איבערגעהאקט אינדערמיט.

                                     

שמייכלען פון ארץ הקודש

דאס בוך אנטהאלט די פאלגנדע פיער אפטיילונגען: ירדן, ליעדער איבער די מלחמה קריעס, איבער סיביר אד"ג שמייכלען פון ארץ הקודש, 36 ליעדער אריינגערעכנט איינס צו סוצקעווערן ירושה, יודישע ליטעראטור בס"ה באשטייט דער בוך פון 166 זייטן.