ⓘ יוסף מאיר טווערסקי. דער רבי יוסף מאירל טווערסקי פון מאכניווקא איז געווען דער עלטסטער זון ביים רבין רבי אברהם יהושע העשיל טווערסקי פון סקווירא, דער עלטסטער זון פ ..

                                     

ⓘ יוסף מאיר טווערסקי

דער רבי יוסף מאירל טווערסקי פון מאכניווקא איז געווען דער עלטסטער זון ביים רבין רבי אברהם יהושע העשיל טווערסקי פון סקווירא, דער עלטסטער זון פון רבין רבי איציקל, כאטש מאיזה סיבה שיהיה האט ער נישט ממלא מקום געווען אין סקווירא, דאך אבער איז ער פאררעכנט געווארן פון צווישן די שענסטע רביס אין דער טשערנאבילער גזע, איבערהויפט האט ער זיך זייער שטארק נאנט געהאלטן מיט זיין פעטער דעם רבין רבי דודל זי"ע און איז פאר אים געווען שטארק נכנע, ער האט געפירט זייער א שארפע פירערשאפט.

ר יוסף מאירל האט געהאט פיר טעכטער, אבער זיינע זין זענען אוועק יונגערהייט. ווען זיין טאכטער איז געווארן א כלה ביי זיין פעטער ר דודל סקווערער, האט אים ר דוד געזאגט: מיין אנדער מחותן ר יעקב לייב פון טריסק האט אויך נישט געהאט קיין זין איידער ער איז געווארן מיין מחותן. אויך דיר געב איך מיין ברכה אז דו זאלסט זוכה זיין צו א זון. זיין ברכה איז מקויים געווארן כ"ד אדר התרנ"ה מיטן געבורט פון ר אברהם יהושע העשיל. נאכדעם האבן די חסידים פון ר יוסף מאיר פארזאמלט פארן ארון הקודש און צוגעזאגט אז דאס קינד וועט ווערן מאכניווקער רבי, אלס סגולה פאר אריכות ימים.

זיין זון רבי אברהם יהושע העשיל האט באקומען סמיכה נאך פון רבין רבי דודל, ער האט אסאך יארן געוואוינט אונטער דער קאמוניסטישער רעזשים און איז שפעטער ארויס געפארן קיין ארץ ישראל ווי ער האט געוואוינט אין בני ברק.

רבי שמואל יצחק קארף פון זוועהיל-באסטאן א זון פון רבי יעקב ישראל איז געווען זיין איידעם.

נאך זיין פטירה האט אים איבערגענומען זיין פלומעניק דער רבי יושעלע רוקח וועלכע פירט היינט צוטאגס אן מיט דער מאכניווקא-בעלזער הנהגה,