ⓘ צווייטע לבנונישע מלחמה. לבנון קריג 2006, איז דער נאמען פון צהלס אקט קעגן דער חיזבאלא אין דרום זייט פון לעבענאן. דער אקט האט זיך אנגעהויבן יז תמוז התשסו, אין פאר ..

                                     

ⓘ צווייטע לבנונישע מלחמה

לבנון קריג 2006, איז דער נאמען פון צה"לס אקט קעגן דער חיזבאלא אין דרום זייט פון לעבענאן. דער אקט האט זיך אנגעהויבן י"ז תמוז התשס"ו, אין פארלויף פון 34 טעג ביז כ אב. צוליב דעם וואס די כעזבאלא האבן פארכאפט צוויי ישראלישע סאלדאטן. ביי דער מלחמה האבן כעזבאלא ארויס געשאסן 3.900 ראקעטן אויף צפון זייט פון ישראל, 12.000 בלאקן געשעדטיק. די צאל פון די טויטע ביי 163 ישראליען און ארום 1.736 ליבאנאנער ווען ארום 600 פון זיי זיינען כעזבאלא קעמפערס.

די פארכאפונג איז געקומען באלד נאך וואס די כאמאס האבן אויך פארכאפט א סאלדאט מיט א פאר טעג צוריק מיטן ציל זאל מדינת ישראל באפרייען געפאנגענע טעראריסטן, אין דעם שוווּנק האבן די כיזבאלא אויך דאס געטון מיטן זעלבן ציל צו באפרייען זייערע מענטשן פון די ישראלישע תפיסה.

די צה"ל זיינען ארויס מיט געווער קעגן די חיזבאלא און האבן דערווייל צושאסן הונדערטער צילן ריכטונגען אין ליבאנאן און אין איר הויפט שטאט ביירוט כדי צו אומבריינגען די כעזבאלא פון גרעניץ און זאלן נישט קענען אין דער צוקונפט שיסן מער ראקעטן אדער פאנגען ישראליער.

פון וועגן די ראקעטן וואס האבן געפאלן אויף צפון זייט ישראל, האבן טויזנטער מענטשן אראפגענידערט צו דרום זייט ישראל בשעת דער מלחמה.

די שאצונג פון שאדן פאר מדינת ישראל שטייט ביי 9 מיליארד שקל.

די מלחמה האט זיך געצויגן 34 טעג. כ אב איז אפגעקומען א פייער שטילשטאנד צווישן ביידע זייטן נאך וואס דער יו-ען האט אפגעמאכט אז א פרעמדע מיליטער וועט זיך פארזוימען ביים גרעניץ פון לבנון און אפהיטן די כעזבאלער פון טעראר אטאקעס אויף ישראל. אויך זאלן די כעזבאלער זיך אײנבײגן און לאזן די לבנונער מיליטער הערשן אויף דרום זייט פון לבנון.

  • ווידיא לינקס
Free and no ads
no need to download or install

Pino - logical board game which is based on tactics and strategy. In general this is a remix of chess, checkers and corners. The game develops imagination, concentration, teaches how to solve tasks, plan their own actions and of course to think logically. It does not matter how much pieces you have, the main thing is how they are placement!

online intellectual game →