ⓘ קיצור ליקוטי מוהרן. דער קיצור ליקוטי מוהרן איז א פארקוצערטער ספר פונעם ליקוטי מוהרן, וויבאלד דער ליקוטי מוהרן איז גאר לאנגע דרושים און טיעפע מאמרים, און עס איז ..

                                     

ⓘ קיצור ליקוטי מוהר"ן

דער קיצור ליקוטי מוהר"ן איז א פארקוצערטער ספר פונעם ליקוטי מוהר"ן, וויבאלד דער ליקוטי מוהר"ן איז גאר לאנגע דרושים און טיעפע מאמרים, און עס איז שווער ארויס צו נעמען דערפון וואס דארף מען למעשה טועהן, האט ר נחמן מברסלב באפוילן פאר זיין תלמיד ר נתן מברסלב ער זאל עס איבערשרייבן און מאכן א סיכום פון יעדען מאמר באזונדער, שרייבן וואס מען דארף טועהן דאס מקיים צו זיין.

ר נתן האט מיט שרייבערישע קראפט אזוי געטאן, ער האט געשריבן פונקטליך וואס עס איז שייך מקיים צו זיין פונעם ספר ליקוטי מוהר"ן, ער האט עס געוויזן פאר זיין רבין ר נחמן, און ער האט עס געלויבט ער האט דערויף געזאגט עס איז א שיין צעטעל.

ר נתן האט עס געדרוקט אינעם יאהר פון די פטירה פון ר נחמן אין שנת התקע"א און במשך פון די יאהר האט מען צוגעלייגט נאך זאכן וואס מען האט ארויס גענומען פון די מאמרים פון ליקוטי מוהר"ן.

אין יאהר התרע"ג האט עס א ברסלבער חסיד געדרוקט אין ירושלים ר ישראל היילפערין, מיט אסאך הוספות ותיקונים, מיט א קונטרס צו סוף תוספות ומילואים, מען האט עס דאן געגעבן א נאמן קיצור ליקוטי מוהר"ן השלם.