ⓘ דייטשלאנד ..

אלטאנע

אַלטאָנאַ איז דער נאָמען פון דעם מערסט מערבדיקן באצירק פון האַמבורג, דייַטשלאַנד. ביז דער פאראייניקונג מיט האַמבורג אין 1937, איז אַלטאָנאַ איז געווען אַ פרייַשטאָט.

אטא פאן ביסמארק

אטא עדוואַרד לעאפאלד פֿאן ביסמאַרק, באוואוסט ווי דער "אייזערנער קאנצלער", איז געווען קאנצלער פון פרייסן. ביסמארק האט פאראייניקט דייטשלאנד אין א סעריע פון מלחמות, און איז געווארן דער ערשטער קאנצלער פון דער דייטשער אימפעריע, און ווערט גערעכנט דער פאטער פונעם דייטשן פאלק. ביסמארק איז געווען א קאנסערוואטיווער, אריסטאקראטישער און מאנארכיסטישער פאליטיקער. ער האט איינגעפירט געזונט פארזיכערונג און פענסיעס פאר ארבעטער.

דוניי

דער דוניי איז דער לענגסטער טײַך אינעם אייראפעישן פארבאנד און דער צווייטער לענגסטער טײַך אין גאנץ אייראפע. ער הייבט אן אינעם שווארצוואלד אין דייטשלאנד אלס די קליינע בריגאך און ברעג טײַכן וואס קומען צוזאמען אין דער שטאט דוניישינגען, נאכער הייסט דער דוניי וואס פֿליסט צו מזרח במשך 2850 ק"מ 1771 מייל, אדורכגייענדיג עטלעכע הויפטשטעט אין צענטראלער און מזרח אייראפע, איידער ער גיסט ארײַן אינעם שווארצן ים דורך דער דוניי דעלטע אין רומעניע און אוקראינע. אין היסטאריע איז ער באקאנט אלס א גרענעץ פון דער רוימישער אימפעריע. דער טײַך פליסט אדורך - אדער גרענעצט - צען לענדער: דייטשלאנד 7.5%, עסטרייך 10.3%, סל ...

מזרח פריזישע אינזלען

די מזרח פריזישע אינזלען זענען א קייט פון אינזלען אינעם צפון ים, לעבן דעם בארטן פון מזרח פריזיע אין נידער־זאַקסן אין דייטשלאנד. די זיבן באפעלקערט אינזלען זענען פון מערב צו מזרח: נארדערני לאַנגעאג בארקום ספיקעראג וואַנגעראגע באַלטרום יואיסט עס זענען דא נאך אינזלען וואס זענען נישט באפעלקערט. צווישן די אינזלען זענען נישט פאראן קיין בריקן, און אויך נישט צווישן די אינזלען און דער יבשה. מען קען צוקומען צו די אינזלען נאר מיט א פראם. אין בארקום און נארדערני זענען דא אויטאמאבילן, אבער נישט אין די אנדערע אינזלען.

סטאפסעלקלוב

א סטאָפּסעלקלוב איז אַ געזעלשאַפטלעכער קלוב, די מיטגלידער פון וואָס שטענדיק האָבן צו פירן אַ צאַפּן מיט זיי.‏‏‏ ווען צוויי מיטגלידער פון אַזאַ אַ קלוב טרעפן, יעדער פון זיי קען פאָדערן אַז דער אנדערער זאל ווייַזן זייַן צאַפּן. א מיטגליד וואס קען נישט ווייַזן די צאַפּן, למשל ווייַל ער האט עס פארגעסן אין שטוב, דארף צאָלן אַ קליין געלטיק קנס.‏ דאס געלט וואָס ווערט געזאמלט דורך די קנסים ווערט נארמאל געניצט צו קויפן ביר בייַ די ווייַטער קלוב באַגעגעניש.‏ סטאָפּסעלקלובן זענען פאראן שוין אַרום לפּחות זינט די מיטל פון דעם צוואנציקסטן יאָרהונדערט אין דעם דייַטשן לאנד בייערן.‏ טייל מאָל שטיצן סטאָפּס ...

ריין (טייך)

דער ריין איז איינער פון די לענגסטע און וויכטיגסטע טייכן אין אייראפע. זיין לענג איז 1230 ק"מ, און מער ווי 2000 קובישע מעטער וואסער גיסן ארויס יעדע סעקונדע. דער נאמען ריין שטאמט פון מיטל הויך דייטש: רין. דער ריין און דער דוניי זענען אמאל געווען כמעט דער גאנצער נארדערנער גרענעץ פון דער רוימישער אימפעריע, און זייט יענע טעג איז דער ריין געווען א נייטיגער שיפיגער וואסערוועג פאר טראגן סחורה אין לאנד אריין. דער ריין פלוסט פון גריזאן אין די מזרחדיקע שווייצער אלפן ביזן צפון ים בארטן אין האלאנד. ער איז דער צוועלפטער לענגסטער טייך אין אייראפע, און איז לאנג 1233 ק"מ.

                                     

ⓘ דייטשלאנד

  • וועלכע מאכן עס איינע פון די גרעסטע אינדוסטריאליזירטע לענדער אין דער וועלט. דייטשלאנד האט א רייכע קולטור און קאמפליצירטע היסטאריע ווייל עס איז ערשט געווארן
  • 1990, האט מזרח דייטשלאנד אויפגעהערט צו פונקציאנירן, און זיי האבן זיך אנגעשלאסן צום מערב, און פאראייניקט דייטשלאנד זעט באזונדער היסטאריע פון דייטשלאנד
  • מערב דייטשלאנד אדער פעדעראלע רעפובליק פון דייטשלאנד איז פון דער צווייטער וועלט מלחמה ביז 1990 געווען די דעמאקראטישע פרייע רעגירונג. עס איז געגרינדעט איבער
  • באן איז די 19טע גרעסטע שטאט אין דייטשלאנד און ליגט בערך 20 ק מ דרום פון קעלן אויפן טייך ריין אין דעם פעדעראלן שטא ט פון נארד ריין - וועסטפאליע. פון 1949
  • נא צי דײ טשלא נד, אדער דריטע רײך, זיינען די נעמען פאר דייטשלאנד אונטער דער הערשאפט פון אדאלף היטלער, פון 1933 ביז 1945. די נאציס האבן גערודפ ט און דערמארדעט
  • ווען דייטשלאנד איז געווארן א לאנד אין 1871 איז זי שוין שפעט אריינגעקומען אין דעם פארמעסט פון אינדוסטריאליזאציע, וועלכע איז געווען דאמינירט דורך בריטן
  • דייטשלאנד איז שטענדיג געווען אן ארט וואו מענטשן פון אלע מינים האבן געוואוינט און האט קיינמאל זיך נישט פארגעשטעלט אלס א זעלבסטשטענדיג לאנד מיט איין פאלק
  • Essen איז די צווייט גרעסטע שטאט פונעם רוהר, דער גרעסטער שטאטישער שטח אין דייטשלאנד אויף די רוהר און עמשער טייכן. עסען האט די צווילינג שטעט: גרענאבלע, פראנקרייך
  • גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 272 טעג. 1941 - נאצי דייטשלאנד אינוואדירט יוגאסלאוויע 2010 - עפל קאמפיוטער הייבט אן פארקויפן דעם iPad
  • פרנקפורט דמיין אדער פפד מ איז די גרעסטע שטאט אין העסע, דייטשלאנד און די פינפטע גרעסטע שטאט אין דייטשלאנד מיט א באפעלקערונג פון 687, 775 2012 די שטאט געפינט
  • ה תש ה - צווייטע וועלט מלחמה - די רויטע ארמיי באפרייט ריגע פון נאצי דייטשלאנד ה תש א - רבי דוד טווערסקי, היינטיגער סקווערער רבי
                                     

דער דיסבורג מאסן-געדרענג 2010

דער דיסבורג מאסן געדרענג 2010 איז געווען א פאטאלער געדרענג אין דיסבורג דייטשלאנד, אום 24סטן יולי, וואו 18 מענטשן זענען ציטרעטן געווארן צום טויט, אין א טונעל, נאך א גרויסן מוזיק פעסטיוואל "ליבע פאראדע".