ⓘ אינטערנאציאנאלע באציאונגען ..

וואפן שטילשטאנד

וואָפֿנשטילשטאַנד־אָפּמאַך איז אז ווען א מלחמה ענדיגט זיך אן א זיכערער געווינער, ענדיגט זיך דאס מיט א פייער שטיל שטאנד, ד.ה. אז ביידע זייטן לייגן אראפ די געווער פון אייגן ווילן, אנדערש וואו ווען איין זייט באזיגט די צווייטע, און נעמט צו פון דעם באזיגטן די געווער.

זיכערהייטס ראט

דער זיכערהייט ראַט איז איינער פון די זעקס פרינציפעלע ארגאנען פון די פאראייניגטע פעלקער. זיין אויפגאבע איז אויסצוהאלטן שלום און זיכערהייט אויף דער וועלט. דער זיכערהייט האט פינף סטאבילע מיטגלידער און צען מיטגלידער וואס ווערן געוויילט אויף א קאדענץ פון צוויי יאר. די סטאבילע מיטגלידער זענען די פינף גרינדער מיטגלידער פון די פאראייניגטע פעלקער: די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, רוסלאנד, דאס פאראייניגטע קעניגרייך, פראנקרייך און כינע. די פינף סטאבילע מיטגלידער האבן א וועטארעכט אינעם זיכערהייט ראט. דער זיכערהייט האט זיך געזאמלט צום ערשטן מאל אין לאנדאן דעם 17טן יאנואר 1946.