★ עגיפטן - טראנספארט אין ישראל ..

UTC+2

UTC+2 איז די צייט זאנע געריקט צוויי שעה פאר אוניווערסאלער צייט. די צייט זאנע ווערט געניצט: אין אפריקע, ווי דער סטאנדארטער זייגער א גאנץ יאר - צענטראל אפריקאנער זייגער. אין מזרח אייראפע און מיטללענדישע לענדער, ווי דער סטאנדארטער זייגער בערך פון אקטאבער ביז מערץ-מזרח אייראפעישע זייגער. אין צענטראלער אייראפע, ווי דער זומער זייגער פון מערץ ביז אקטאבער. אין נאמיביע, ווי דער זומער זייגער פון אקטאבער ביז מערץ.

שלום דאנגור

הרב שלום דאנגור איז געווען א דיין אין באגדאד איראק תלמיד הרב עבדאללה סומך און רב פון דער שטאעט סועץ מצרים אין עגיפטן, קויפנדיק ערד אין קיבוץ נירים.

מזרח אייראפעישער זייגער

די פאלגנדע לענדער, טיילן פון לענדער און טעריטאריעס ניצן דעם מזרח אייראפעישן זייגער נאר אין די ווינטער מאנאטן: ציפערן. מאלדאווע. בולגאריע, זייט 1894. לעטלאנד, פון 40–1926 און זייט 1990. טערקיי, זייט 1910 אחוץ 85–1978. עגיפטן, ביז 2011 און אויך זייט 2014. ישראל, זייט 1948. ליטע, אין די יארן 40–1920 און זייט 1990 אחוץ 1998–1999. לבנון. פאלעסטינער טעריטאריעס. גריכנלאנד, זייט 1916. סיריע. עסטלאנד, פון 1921–40 און זייט 1990. פינלאנד, זייט 1921. אוקראינע, פון 30–1922 און זייט 1990. יארדאניע. רומעניע.

                                     

★ עגיפטן

עגיפטן א טייל פון אמאליקן מצרים, אפיציעל די אראבישע רעפובליק פון עגיפטן אראביש: جمهوريّة مصر العربيّة- דזשאמהוריאט מאסאר אלאראביע, איז אַן אראביש לאַנד אין צווי קאנטינענטן, צפון־מזרח אַפֿריקע און דרום־מערב אזיע. עגיפטן באדעקט א שטח פון 1.010.408 קוואדראט ק״מ, מערסטנס אינעם נילוס טאל. עגיפטן איז א מיטלענדיש לאנד. ער גרענעצט דעם עזה פאס און ישראל אין צפון־מזרח, דעם אילת איינגאס צו מזרח, דעם ים סוף צו מזרח און דרום, סודאן צו דרום און ליביע צו מערב.

זײַן הױפּטשטאָט איז קײרא. מצרים איז באַוווּסט אַלס אירע גאָר אַלטע מאָנומענטן ווי למשל די פיראמידן. די מערהייט פון איר באפעלקערונג זיינען סוני מוסלמענער.

דאָס לאַנד עגיפטן איז געווארן אומאָפּהענגיק זײַט התרפ"ב 1922.

עגיפטן איז א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער און אין דער אראבישער ליגע.

עגיפטן איז געווארן א רעפובליק נאך דער 1952־רעוואלוציע אין יאר התשי"ב. דער אנפירער צום רעוואלוציע איז געווען גאמאל אבדעל נאצער.

די גרעסטע שטעט אין עגיפטן זענען קיירא, אלעקסאנדריע, אסוואן און פארט סאאיד.

מצרים איז געווען די ערשטע אראבישע מדינה וואס האט אנערקענט אין מדינת ישראלס באשטאנד אין יאר התשל"ט 1979, נאך וואָס דער פרעזידענט פֿון עגיפטן אנוואר סאדאט האט אויסגעפירט דעם אפמאך און געמאַכט פרידן מיט ישראל.

עגיפטן ווערט גערעכנט א לאקאלע קראפט מיט א קולטורערן, פאליטישן און מיליטערישן איינפלוס אין צפון אפריקע, מיטל מזרח און דער מוסולמענישיער וועלט.

                                     

1. געאגראפיע

עגיפטן האט א שטח פון 1.001.450 קוואדראט ק"מ, און איז דאס 29סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט. עגיפטן ליגט צווישן די גארטל ליניעס 22º און 32ºN, און צווישן די מערידיאנען 25º און 35ºE. דער קלימאט איז זייער טריקן, דערפאר וואוינט דער גרעסטער טייל פון דער באפעלקערונג אין א שמאלן פאס אינעם נילוס טאל.

עגיפטן האט א סטראטעגישע לאקאציע וואס באהעפט די יבשות פון די קאטינענטן אזיע און אפריקע דורכן איסטמאס פון סועץ, אדורם וואס גייט דער סועץ קאנאל, וואס פארבינדט דעם מיטלענדישן מיטן אינדישן אקעאן דורכן ים סוף, וואס שיפן קענען אדורכפארן.

אחוץ פונעם נילוס טאל, דער גרעסטער טייל פונעם לאנדשאפט איז מדבר, מיט נאר א פאר אאזיסן דא און דארט. די ווינטן שאפן גרויסע זאמד־דיונעס וואס טייל פון זיי זענען העכער פון 30 מעטער. עגיפטן נעמט איין טיילן פונעם סאהארא מדבר און פונעם ליבישן מדבר. אין די צייטן פון די פרעהס וואס האבן געהערשט איבער מצרים האבן די מדבריות געשיצט דאס קעניגרייך פון אינוואזיע פון מערב.

צווישן די שטעט און שטעטלעך זענען אלעקסאנדריע, די צווייטע גרעסטע שטאט, אסוואן, אסיוט, קיירא, די היינטיקע הויפטשטאט און די גרעסטע שטאט, גיזא, וואו געפינט זיך דער פיראמיד פון כופו, לוקסאר, פארט סאאיד, שארם אל שייך, סועץ, ביים דרום עק פונעם סועץ קאנאל, און זאגאזיג. אאזיסן געפינען זיך ביי באהאריע, אל דאכלא, פאראפרא, אל כארגא און סיווא.

דעם 13טן מערץ 2015 האט מען געמאלדן אז מען גייט בויען א נייע הויפטשטאט 45 קילאמעטער מזרח פון קיירא.

                                     

1.1. געאגראפיע קלימאט

עגיפטן האט אן אויסטערלישן ווארעמען און טרוקענעם קלימאט. אויפן בארטן פונעם מיטלענדישן ים בלאזן קילערע ווינטן און דערפאר איז דארט נישט אזוי הייס ווי איבער אל אין לאנד. אין פרילינג בלאזט דער חאמסין, א ווארעמער טרוקענער ווינט, פון די מדבריות צו דרום. ווען דער חאמסין בלאזט ווערט ווארען בייטאג ביז C° ‏40 און אמאל ביז C° ‏50.

                                     

2. עקאנאמיע

די עקאנאמיע פון עגיפטן פארלאזט זיך שטארק אויף לאנדווירטשאפט, מעדיע, אימפארט פון בענזין, נאטירלעכער גאז און טוריזם. מער ווי דריי מיליאן עגיפטער ארבעטן אין אויסלאנד, אין סאודי אראביע, פערסישן איינגאס, אייראפע און נאך לענדער.

עגיפטן באקומט הילף פון די פאראייניגטע שטאטן, א דורכשניט פון $2.2 ביליאן א יאר זייט 1979, און איז דאס דריטע גרעסטע באקומער פון אזעלכע געלטער פון די פאראייניגטע שטאטן. עגיפטן האט רעסורסן פון קוילן אין מדבר סיני און גראבט אויס 600.000 טאן א יאר. עגיפטן האט גאר א סך נאטירלעכע גאז, מיט רעזערוון פון אומגעפער 2.180 קובישע קילאמעטער, און עקספארטירט צו פיל לענדער. אין זיין יערליכן באריכט פון 2011 האט דער אינטערנאציאנאלער געלטפאנד געשאצט עגיפטן צווישן די לענדער וואס טוט מערסט איינצופירן עקאנאמישע רעפארם.

עגיפטן האט א סך ארימקייט מיט אפשר 40% פון דער באפעלקערונג וואס פארדינען נישט אפילו $2 א טאג.

                                     

2.1. עקאנאמיע טוריזם

טוריזם איז איינער פון די וויכטיגסטע סעקטארן פון עגיפטנס עקאנאמיע. מער ווי 12.8 מיליאן טוריסטן האבן באזוכט עגיפטן אין 2008, און האבן אריינגעברענגט אין לאנד כמעט $11 ביליאן. דער טוריזם סעקטאר באארבעט בערך 12% פון עגיפטנס ארבעטסקראפט.

טוריזם מיניסטער הישאם זאזו האט געזאגט פאר אידוסטריע פראפעסיאנעלע אז טוריזם האט אריינברענגט אין לאנד עטלעכע $9.4 ביליאן אין 2012, א ביסל מער ווי די $9 ביליאן אין 2011.

                                     

2.2. עקאנאמיע טראנספארט

טראנספארט אין עגיפטן איז קאנצענטרירט ארום קיירא און די באזעצטע זידלונגען לענגאויס דעם נילוס.

די הויפטליניע פונעם לאנדס 40.800 ק"מ באן נעצווערק גייט פון אלעקסאנדריע קיין אסוואן, און ווערט אפערירט דורך עגיפטישע נאציאנאלע באנען. די באן נעצווערק האט 28 ליניעס און 796 סטאנציעס. די גאסן נעצווערק פאר פארמיטלען איז לאנג 37.000 קילאמעטער.

דער קיירא מעטרא אין עגיפטן איז דער ערשטער פון נאר צוויי מעטרא סיסטעמען אין גאנץ אפריקע און דער אראבישער וועלט. דעם מעטרא האט מען געבויט פאר א סומע פון 12 ביליאן עגיפטישע פונט. די סיסטעם האט דריי ליניעס און מען קלערט צו בויען נאך א פערטע ליניע.

עגיפטן ווערט פאררעכנט איינער פון די פיאנער לענדער אין ניצן לופט טראנספארט. די פאן לופטליניע פון עגיפטן, עגיפטלופט איז געווארן געגרינדעט אין 1932 און געהערט 100% צו דער עגיפטישער רעגירונג. די לופטליניע איז באזירט אין קיירא אינטערנאציאנאלער פליפארט, און אפערירט פאסאזשירן און פראכט דינסטן צו מער ווי 75 צילן אינעם מיטל מזרח, אייראפע, אפריקע, אזיע און די אמעריקעס. היינט האט עגיפטלופט א פלאט פון 80 עראפלאנען.



                                     

3. סועץ קאנאל

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – סועץ קאנאל

דער סועץ קאנאל איז א געמאכטער ים־ניווא וואסערוועג אין עגיפטן וואס איז דער וויכטיקסטער צענטער פון ים־טראנספארט אינעם מיטל מזרח, און באהעפט דעם מיטלענדישן ים מיטן ים סוף. דעם קאנאל האט מען געעפנט נאוועמבער 1869 נאך צען יאר בוי־ארבעט. ער דערמעגלעכט שיף טראנספארט צווישן אייראפע און אזיע אן צו דארפן נאוויגירן ארום אפריקע. דער צפון טערמין איז פארט סאאיד און דער דרום טערמין איז פארט טאוופיק אין דער שטאט סועץ. אויף זיין מערב ברעג ליגט איסמאיליע, 3 ק"מ פונעם מיטלפונקט.

דער קאנאל איז ברייט 193.30 ק"מ, טיף 24 מעטער און ברייט 205 מעטער ווי אין 2010. דער קאנאל האט אן איינצעלן פֿארוועג, מיט ערטער אריבערצוגיין אין באלאה און דער גרויסע ביטערע אזערע. דער קאנאל האט נישט קיין שליוזן. ים וואסער פליסט אדורכן קאנאל, צפון פון די ביטערע אזערעס פליסט דאס וואסער קיין צפון אין ווינטער און קיין דרום אין זומער. דרום פון די אזערעס ווענדט זיך דער שטראם לויטן ים־פֿלייץ ביי סועץ.



                                     

4. דיפלאמאטישע באציאונגען

עגיפטן פארמאגט פארהעלטנמעסיג גוטע דיפלאמאטישע באציאונגען מיט אירע שכנים און מיט דער מוסלעמענער וועלט. עגיפטנס אגענדע איז בדרך כלל מער ליבעראל געשטימט ווי רוב מוסלעמענער לענדער אין די געגנט.

כאטש עגיפטן איז באוואוינט מער א מערהייט פון סוני מוסלעמענער, דאך פארטראגט זי זיך אין פרינציפ מיט די אנדער מוסלעמענער פראקציעס ווי דער שיאטישער איראן. עגיפטן דינט אפטמאל אלס דיפלאמאטישער פארמיטלער צווישן די פארשידענע קעגנערישע לענדער אינעם ראיאן.

אנדערש פון רוב מוסלעמענער לענדער אינעם מיטל מזרח און אפריקע, פארמאגט עגיפטן גוטע באציאונגען מיט ביידע וועלט גרויס-מאכטן, סיי מיט די פאראייניגטע שטאטן און די מערב וועלט, און אזוי אויך מיט רוסלאנד און אירע אליאירטע.

                                     

4.1. דיפלאמאטישע באציאונגען ישראל

אין התשל"ט האט עגיפטן געשלאסן א שלום מיט ישראל און איז דאן געווארן דאס ערשטע מוסלעמענער לאנד צו אפיציעל אנערקענען מדינת ישראל. זינט דאן האבן זיי געהעריגע דיפלאמאטישע באציאונגען. זיייערע באציאונגען האט זיך עטוואס אפגעהאקט דורכאויס די יארן פון די מוסלעמענער-ברודערשאפט פארטיי אין עגיפטנס רעגירונג, אבער אין התשע"ה, עטליכע יאר נאכן צוזאמפאל פון די מוסלעמענער-ברודערשאפט, האבן זיי צוריק באנייט די באציאונגען און צוריקגעשטעלט די אמבאסאדעס אין ביידע לענדער.

עגיפטן האט אסאך מאל געדינט אלס פארמיטלער צווישן ישראל און אירע אראבישע שכנים.

                                     

5. עגיפטישע באוואפנטע קרעפטען

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – עגיפטישע באוואפנטע קרעפטן

אויסער אימפּארטירן וואפן, פאבריצירט עגיפטן אליין אסאך טאנקען און מיסילס. די רעגירונג האלט אויף ארום ניינצן טויזנט ארבעטער אין ניין פאבריקן, וואס איז אונטער דער פירערשאפט פון די מיליטער.

                                     

6. בילדונג

די אטאמאנישע אימפעריע האט ערשט איינגעפירט אין עגיפטן א בילדונג סיסטעם אויפן אייראפעאישן שטייגער אין די אנהייב 1800ער יארן כדי צו האדעווען א קלאס פון געטרייע ביוראקראטן און ארמיי אפיצירן. אונטער דער בריטישער אקופאציע האט מען איינגעצויגן די בילדונג סיסטעם.

אין די 1959ער יארן האט פרעזידענט נאסער אריינגעברענגט ביסלעכווייז בחינמדיגע בילדונג פאר אלע עגיפטער.

                                     
  • אוראלט עגיפטן אדער אלטערטימלעך עגיפטן איז געווען א ציוויליזאציע בערך פיר טויזנט יאר צוריק ביז די רוימישע אימפעריע האט עס אינוואדירט אין יאר 20 - עס איז
  • כיפור מלחמה ברעכט אויס ווען עגיפטן אוןו סיריע אטאקירן ישראל יום כיפור בייטאג. 1981 - אנוואר סאדאט, פרעזידענט פון עגיפטן דערמארדעט 1773 - לואי פיליפ
  • קיירא א רא ביש: القاهرة איז די גרעסטע און הויפטשטאט, פון עגיפטן מיט א געשאצטע באפעלקערונג, פון א ריבער 17 מיליא ן איינוווינער, צוזאמען מיט די מעטראפאליטען
  • 15טן יאנואר, 1918 - 28סטן סעפטעמבער, 1970 איז געווען דער פרעזידענט פון עגיפטן פון ה תשי א 1951 ביז זיין שטארבן אינעם יאר תש ל. ער הא ט געבויט די אסוואן
  • סוף יאר, בלייבן נאך 69 טעג. 1942 - אויסגעבראכן דער על - אלאמיין קאמף אין עגיפטן 1956 - אויסגעבראכן די אונגארישע רעוואלוציע קעגן סאוועטישער הערשאפט 1935
  • אן עיבור יאר 1958 - גאמאל אבדול נאסער ווערט דער ערשטער פרעזידענט פון עגיפטן 1788 - ראבערט פיל, פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך געש 1850
  • געהערט צו פראנקרייך און בריטאניע, ווען גאמאל אבדעל נאצער פרעזידענט פון עגיפטן האט באשלאסן צו נאציאנאליזירן דעם קאנאל, זענען די צוויי לענדער געווארן זייער
  • אמריקאנער פיזיקער געש 2003 1918 - גאמאל אבדעל נאסער, פרעזידענט פון עגיפטן געש 1970 1387 - עליזאבעט פון באסניע, מלכה פון אונגארן 14טן יאנואר - 16טן
  • דייטשלאנד אנעקסירט מעמל 1945 די אראבישע ליגע געגרינדעט אין קאירא. שליסט איין: עגיפטן איראק, לבנון, סאודי אראביע, תימן סיריע און יארדאניע. צווייטע וועלט מלחמה


                                     
  • אויף ישראל, ווען דער נשיא פ ון עגיפטן אנוואר סאדאט האט אויסגעפירט דעם שלום אפמאך, און געמאכט פרידן מיט ישראל. עגיפטן איז דערפ אר דערווייטערט געווא רן
  • רוסישער יידישער פיאניסט נפטר 1997 1918 - אנוואר סאדאט, פרעזידענט פון עגיפטן 1950 - יהודה פאליקער, ישראלדיקער זינגער 1961 - אטא לוי, געווינער פון נאבעל
  • מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך 1928 - כאסני מובאראק, פרעזידענט פון עגיפטן 1980 - יאסיפ בראז טיטא, פירער פון יוגאסלאוויע געב 1892 האלאנד - אנדענק
  • צפון אפריקע איז כולל די אכט לענדער און טעריטאריעס: א לזשיר, דרום סודאן, עגיפטן ליביע, מא רא קא סודא ן, טוניסיע און מערב סא הא רא אלזשיר, מארא קא
  • סוף יאר, בלייבן נאך 191 טעג. 1956 - גאמאל אבדול נאסער ווערט פרעזידענט פון עגיפטן 1703 - מאריא לעשטשינסקא, פרינצעסין פון פוילן, ווייב פון לואי דער פופצנטער
  • אמעריקאנער קאמיקער געב 1888 1970 - גאמאל אבדול נאסער, פרעזידענט פון עגיפטן געב 1918 1989 - פערדינאנד מארקאס, פרעזידענט פון די פיליפינען געב 1917
  • א רא ביש: الإسكندرية א ל - איקסא נדא ריא איז די צווייטע גרעסטע שטאט אין עגיפטן נאך קיירא, מיט א באפעלקערונג פון איבער פיר מיליאן איינוווינער. זי געפונט
  • פערטער דער שרעקלעכער ערשטער רוסישער צאר געב 1530 1965 - פארוק מלך פון עגיפטן געב 1920 1970 - לייב פולווער, יידישער רוסישער מוזיקער געב 1883 17טן
  • מובא רא ק 4טן מיי 1928 - 25סטן פעברואר 2020 איז געווען דער פערטער פרעזידענט פון עגיפטן אין אמט פון 14טן אקטאבער 1981 א וואך נאכן געשאסן ווערן פון אנוואר סאדאט
  • פרעזידענט פון טשילע 16טן אקטאבער - אנוואר סאדאט געוויילט פרעזידענט פון עגיפטן 1טן אויגוסט - אילון לינדנשטרויס, ישראלדיקער מאטעמאטיקער וואס האט געווינען
  • פירער פונעם סאוועטן פארבאנד 1981 - כאסני מובאראק געוויילט פרעזידענט פון עגיפטן 1542 - אקבאר דער גרויסער, דריטער מוגהאל קייסער אין אינדיע געש 1605 1633


                                     
  • מאראקא געב 1929 2011 - עמי וויינהאוס, יידישע בריטישע זינגערין געב 1983 עגיפטן - רעוואלוציע טאג 1952 ליביע - רעוואלוציע טאג פאפוע נייע גינע - אנדענק
  • 1952 - פיער מענדעס - פראנס געוויילט פרעמיער מיניסטער פון פראנקרייך 1953 - עגיפטן ווערט א רעפובליק 1970 - עדווארד היט געוויילט פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן
  • אנשטרענג צו שיצן די שטאט. די קרייצפארער האבן פארברייטערט זייער מלוכה ביז עגיפטן דעם מיטלענדישן ים און דעם כנרת. שוין אין די ערשטע צען יאר האבן זיי צוריקגעשטופט
  • און עגיפטן וואס האט זיך אנגעהויבן אום 8טן מערץ 1969, זיך געענדיגט מיט א פייער שטילשטאנד אום 7טן אויגוסט 1970. גאמאל אבדול נאסער, פרעזידענט פון עגיפטן האט
  • לענדער, און דאס פופצנטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט לויט שטח. סודאן גרענעצט עגיפטן צו צפון, עטיאפיע און עריטרעע צו מזרח, דרום סודאן צו דרום, די צענטראלע אפריקאנער
  • א צענטל פון אפריקע קאנטינענט פלאץ. דער טייך איז א לעבן - הויפט - אדער פאר עגיפטן און סודאן. און דאס איז דער עיקרדיקער וואסער - ווארצל אין די אויסגעטרוקנטע
  • געריכטעט צום טויט ווערן געהאנגען. 1970 - אנוואר סאדאט געוויילט פרעזידענט פון עגיפטן 1430 - דזשיימס דער צווייטער, מלך פון סקאטלאנד געש 1460 1886 - דוד בן
  • שפיאנאזש נעץ אין עגיפטן און ווי באלד ישראל האט מורא געהאט, אז בריטאניע וויל זיך ארויס ציען פונעם סועץ קאנאל געגנט, און דערביי וועט עגיפטן זיך שטארקן קעגן
  • 1948, האבן פינעף אראבישע ארמייען אינוואדירט די ניי דערקלערטע יידישע לאנד, עגיפטן אין די נגב, אין דרום טייל פון ישראל, יארדאניע אין ירושלים, און די וועגן
  • רעפובליק פון קאנגא אלזשיר דרום סודאן טוניסיע ליביע מאראקא מאריטאניע סודאן עגיפטן אנגאלא באצוואנע דרום אפריקע זימבאבווע זאמביע לעסאטא מאריציוס מאזאמביק מאלאווי

Users also searched:

עגיפטן, טראנספארט אין ישראל. עגיפטן,

Encyclopedic dictionary

Translation
Free and no ads
no need to download or install

Pino - logical board game which is based on tactics and strategy. In general this is a remix of chess, checkers and corners. The game develops imagination, concentration, teaches how to solve tasks, plan their own actions and of course to think logically. It does not matter how much pieces you have, the main thing is how they are placement!

online intellectual game →