ⓘ לבנון. לבֿנון איז אַ לאַנד אין מערבֿ־אַזיע. זײַן הױפּטשטאָט איז בײרוט. די פרעזידענטליכע רעזידענץ איז אין באאבדע. זיין היסטאריע איז גאר אן אלטע, מיר געפונען אין ..

                                     

ⓘ לבנון

לבֿנון איז אַ לאַנד אין מערבֿ־אַזיע. זײַן הױפּטשטאָט איז בײרוט. די פרעזידענטליכע רעזידענץ איז אין באאבדע.

זיין היסטאריע איז גאר אן אלטע, מיר געפונען אין תנ"ך אז שלמה המלך, האט געהאט א פארבינדונגען מיט חירם, קעניג פון צור, דורכאויס דעם צווייטן ביהמ"ק איז איר היסטאריע געווען גאנץ ענליך צו די יידן, אנגעהויבן מיט די גריכן די סירישע, עגיפטישע, און די רוימישע, אסאך יידן האבן געוווינט אין לבנון אין יענער צייט, צוזאמען מיט די פיניקער, און נאך אנדערע פעלקער, די שפראך פונעם לאנד איז געווען אראמיש, ווי אין די לענדער פון דעם ראיאן, וואס אפילו מיט דעם הערשאפט פון די גריכן האט מען געמוזט רעדן גריכיש, אדער לאטייניש, מיט די רוימער, האט די גאס גערעדט אראמיש,

                                     

1. היסטאריע

ווען די קריסטליכע רעליגיע, איז געווארן פארשפרייט, איז דאס אנגעקומען גלייך אויף לבנון ווי א שכן צום גליל, און די פעלקער האב צוביסלעך פארלאזט די געצנדינעריי, ווען די רוימישע אימפעריע האט אנגעהויבן צעפאלן, און די מוסולמענער זענען ארויפגעקומען אויף דער מאפע, איז דאס פאלק אין לבנון געווען שטארק קריסטליך, און געהערט צו דער מאַראנישער קירכע, גריכיש ארטאדאקסן, און קאטוילישע גריכן, דאן איז עס געווען די ביזאנטישע קירכע.

די דרוזן זענען אנגעקומען קיין לבנון אין דעם עלפטן יארהונדערט, נאך רדיפות וואס זיי האבן געהאט אין עגיפטן, די דרוזן זעען זיך נישט ווי קיין אראבער, נאר ווי א פאלק פאר זיך.

די מוסולמענער האבן איינגענומען דעם אראבישן האלבאינדזל און געצווינגען די אנדערע פעלקער צו אריבערגיין צו דער רעליגיע פון מוכאמאד, אי מיטן שווערד אי מיט געוואלד, אסאך יידן און קריסטן זענען אנטלאפן קיין צפון, סיריע לבנון און פאלעסטינע, די וואס האבן זיך נישט געקענט ערלויבן צו אנטלויפן, זענען אין מערסטנטייל אויסגעשחטן געווארן.

ווען די אראבער זענען אנגעקומען צו לבנון, האבן זיי נישט געקענט בייקומען די קריסטן, וואס האבן דארט געוווינט, די מיליטער פון די אראבער, האט דערגרייכט שפאניע, און ביז טיף אין אייראפע, און ביזן ווייטן אזיע, אבער דאס קליינע לאנד האבן זיי נישט געקענט אייננעמען, פארקערט די קריסטן אין לבנון, האבן באוויזן צו מאכן גרויסע שאדן פאר די אראבישע לענדער אין די געגנט ווי דמשק, טערקיי, די אראבערס האבן געצאלט א שטייער פאר די קריסטן אין לבנון, אז זיי זאלן זיך צוריק האלטן פון אנפאלן אראבישע געגנטער, זייער קעניגרייך האט געוויסט פון גוטע צייטן, ווען זיי זענען אנגעקומען ביז ירושלים, און עכו חיפה, און צייטן ווען די אראבער האבן איינגענומען די שטעט אין לבנון ביים וואסער, צור צידון אבער דאס רוב פון די קריסטן האבן געוווינט אויף די בערג, וואס מען רופט די לבנון בארג, עס האט אנגעהאלטן 650 יאר, ווען די אראבער האבן נישט געקענט איינשטימען, אויף דער ביין אין זייער האלדז, און זעענדיק אז אייננעמען וועט נישט זיין גרינג, האבן זיי אונטערגענומען א נייע סטראטעגיע, פון יעדן שטח וואס זיי האבן איינגענומען, האבן זיי געברענגט אראבער פון איראק, צו דער געגנט, ווען די עגיפטישע האבן איינגענומען געגנטער אין לבנון, האבן זיי געברענגט אראבער פון עגיפטן, אזוי זענען שיאטן, און סוני אראבער אנגעקומען אין די געגנט, צום סוף איז דער קריסטליכע מלוכה צעפאלן, און אראבישע כאליפן האבן געהערשט אויף דעם לאנד.

פון דעמאלסט אן האט זיך אנגעפאנגען די אויסהרגנען פון די קריסטן אויף א מאסנווייזע סיסטעם,

עס איז כדי צו דערמאנען, אז די אייראפעישע קירכעס, האבן נישט געהאט צופיל אין קאנטאקט, מיט די קריסטן אין לבנון, מחמת פארשידענע סיבות.

איין סיבה איז די אייראפער האבן געהאלטן יאשקע פאר גאט, ווען די מארונישע האלטן אים פאר א נביא, וואס דאס האט צוגעברענגט צו א האס צווישן די קריסטן אין אייראפע קעגן דער לבנונער, און ווען די אראבער האבן אנגעפאנגען רופן די קריסטן אין לבנון אראבישע קריסטן, האט עס גאנץ ווייניג אינטערסירט אייראפע, אפילו ווען די געשיכטע איז ארויסגעזויגן פון פינגער, און זיי זענען נישט אראבערס.

זיי האלטן זיך פאר אראמישע, און שטאלצירן מיט זייער קולטור, און ווייזן אן אז דאס גרעסטע יידישע ווערק, איז געשריבן אין אראמיש, ווי גמרא, תלמוד ירושלמי, זוהר, און ביז פאר הונדערט יאר צוריק בערך, האבן זיי גערעדט אראמיש צווישן זיך, ווי א געהעריגע שפראך,

די אראבער האבן דערקלערט לבנון אלס אראביש לאנד, ווען עס פאנגט זיך נישט אן, דאס מערהייט דעמאלסט זענען געווען קריסטן, וואס זענען קיינמאל נישט געווען אראבער,

אין יאר 1860 האט אויסגעבראכן די ערשטע ברודער קריג אין לבנון, און די טערקן וואס האבן געהערשט אינעם ראיאן, צוזאמען מיט די דרוזן האבן זיי אומגעברענגט טויזנטער קריסטן, ביז דאן האבן די קריסטן, און די דרוזן, געהאט א געמיינזאמע שפראך, וויבאלד ביידע זענען גערודפט געווארן, דורך זייערע מוסולמענער שכנים, אבער עס האט זיך דעמאלסט געענדיגט, און א אנגעצויגענע שטימונג הערשט צווישן די צוויי עטנישע גרופעס אין לבנון, וואס האלט אן ביז היינט,

ביי דער ערשטער וועלט מלחמה, האבן ענגלאנד און פראנקרייך אונטערגעשריבן דעם סייקס-פיקא פארשטענדעניש, וואס צווישן אנדערע, ווערט לבנון איבערגעגעבן אונטער דעם פראנצויזישן מאנדאט, צוזאמען מיט סיריע, די קריסטן אין לבנון האבן באקומען א האפענונג, אז פראנקרייך וועט זיי ארויסהעלפן.

די פראנצויזן האבן זייער שנעל איינגעזען, דעם עטנישע פראבלעם וואס שלאגט דאס קליינע לאנד, און סיריע האט אנגעפאנגען זען לבנון ווי א טייל פון גרויס-סיריע, עס האט אנגעהאלטן ביז אינמיטן דער צווייטער וועלט מלחמה, און לבנון איז געווארן זעלבשטענדיג.

                                     

2. זעלבשטענדיקייט

אין 1943 איז געווען וואלן, און א מערהייט וואס האט געשטיצט זעלבשטענדיגקייט פון פראנקרייך, האבן באשלאסן זיך אפצוטיילן, פראנקרייך איז נישט געווען גרייט אויף דעם, אבער נאך סטראשונגען פון די בריטישע, האבן זיי נאכגעגעבן.

אין דעם פארלאמענט האט ערוויילט א קריסטליכן פרעזידענט, און א מוסולמאן פרעמיער מיניסטער, לויט א פארגלייך צווישן די עטנישע גרופעס, לויטן פארגלייך איז לבנון א טייל פון די אראבישע מדינות, און די אראבערס אנערקענען און א 55 פראצענט פון די פארלאמענט מיטגלידער געהערט פאר די קריסטן.

נאך דער זעלבטשטענדיגקייט, זענען די שיאטן פון לבנון, אריבערגעגאנגען פון דרום לבנון קיין ביירוט, א קריסטליכע פעסטונג ביז דאן, און די הויכע געבורטן צווישן די מוסולמענער, און דאס זייער אריבערציען זיך צו קריסטליכע געגנטער, האט געברענגט די קריסטן וואס זענען אמאל געווען א מאיאריטעט, צו א מינאריטעט, און אסאך האבן דערפאר אויסגעוואנדערט קיין אייראפע, און אמעריקע, אזוי האט עס אנגעהאלטן ביז 1975.

ווען ישראל איז געגרינדעט געווארן, זענען אסאך פאלעסטינע פליטים אנגעקומען קיין לבנון, זיי זענען נישט געווארן קיין בירגער, און זיי זענען פלאצירט געווארן אין לאגערן, ווי אין אנדערע לענדער וואס האבן באקומען פליטים. די קריסטן אין לבנון, האבן אסאך ארויסגעהאלפן יידן, וואס האבן געוואלט אנקומען קיין ארץ ישראל, און די בריטישע האבן נישט אריינגעלאזט, דורכן טרוקעניש, די יידישע פירערשאפט, האבן געוויסט פון די הילף, וואס די קריסטן שטעלן צו פאר זיי, און זיי האבן פרובירט ארויסצוהעלפן, די קריסטן מיט וואס זיי האבו געקענט, אין די נאכפאלגענדע יארן.

                                     

3. דער לבנון ברודער קריג

דער לבנון ברודער קריג האט אנגעהאלטן פון 1975 ביז 1990, הונדערטער טויזנטער זענען אומגעקומען, איבער א מיליאן פליטים זענען אנטלאפן, און די עקאנאמיע האט געקראכט, און נישט אויסגעהיילט געווארן ביז היינט, די מוסולמענער, און בעיקר די שיאטן זענען זייער שטארק געווארן, ובראשם די כעזבאלא, ישראל איז ארויס פון דרום לבנון אין 2000, און די כעזבאלע איז דארט אריין, און עס האט צוגעפירט צו דערר צווייטער לבנון מלחמה, די מצב דארט איז אומסטאביל, און די איינוווינער פון דער לאנד פאר טויזנטע יארן, עמיגרירן צו אנדערע לענדער, נאכדעם וואס די וועלט טראכט נאר פון די מוסולמענער, און די כלל פון כל דאלים גביר, געוועלטיגט היינט אין לבנון.

אין יאר 1990, איז אונטערגעשריבן געווארן די טייף אפמאך, וואס האט אפגעשטעלט די כאאס צושטאנד, וואס האט געהערשט דורכאויס די ברודער קריג, און א שלום וואס אויפן פאפיר איז דאס גילטיק, אבער עס איז גענוג א קליין שוועבעלע צוריק אנצוצינדן די פייער.

דער פאריז פונעם מיטל מזרח, איז אין חורבנות, נאך די בלוטיקע מלחמות, וואס זענען דארט אריבער, און די לאנד האט נישט קיין געלט צו פאריכטן.



                                     
  • די ערשטע לבנון מלחמה האט אויסגעבראכן דעם 4טן יוני 1982, נאך א טעראר פרווו, וואס א פאלעסטינער טעראר גרופע האט געשיקט א בריוו באמבע צו שלמה ארגוב. הגם די
  • דער לבנון ברודער קריג האט זיך אנגעהויבן אין 1975, צווישן קריסטליכע מאראנען, און דער פאלעסטין באפרייונג ארגאניזאציע. ער האט אנגעהאלטן פאר פופצן יאר, און
  • לבנון קריג 2006 אין ישראל די צווייטע לבנונישע מלחמה איז דער נאמען פון צה ל ס אקט קעגן דער חיזבאלא אין דרום זייט פון לעבענאן. דער אקט האט זיך אנגעהויבן
  • לבנון בארג איז דער נאמען פונעם בא רג קייט אין לבנון עס ווערט אויך גערופן, קליינע לבנון לבנון איז א לאנד, וואס איז ענליך צו ישראל, טאפאגראפיש, און געאגראפיש
  • די לבנון קרעפטן זענען געגרינדעט געווארן דורך באשיר זשומייעל, אין די סוף 1970 יארן, דורכאויס דעם לבנון ברודער קריג, פרובירנדיק צו ברענגן אלע קריסטליכע מיליציעס
  • דער לבנון טאל, אראביש: البقاع, בעקא א איז א טאל אין לבנון וואס געפינט זיך אין מזרח זייט פון לאנד, נאנט צו דער גרעניץ מיט סיריע. די צפון שפיץ פון
  • די קעגן לבנון בערג, איז א קייט פון בערג, וועלכע געפונען זיך אין לבנון און דינט אלס גרעניץ צווישן לבנון מיט סיריע. די לענג פון די בערג זענען 150 קילאמעטער
  • ארום דעם קאפ פון גוטער האפנונג דער ערשטער אייראפעער וואס טוט דאס 1943 - לבנון ווערט אומאפהענגיק פון פראנקרייך. 1956 - געעפנט די מעלבארן אלימפיאדע 1963
  • האט זיך אנגעפאנגען נאך דעם, וואס טעראריסטן זענען געקומען מיט שיפעלעך, פון לבנון זיי האבן פארכאפט אן אויטאבוס אויפן כביש החוף, דער שאסיי ביים ים, נישט ווייט
  • טריפאלי איז די צווייט גרעסטע שטאט אין לבנון איר באפעלקערונג איז איבער 500, 000 איינוווינער, די שטאט איז אויף די ברעגעס פון די מיטלענדישער ים, און א פארט