ⓘ חגאות ..

אינטערנאציאנאלער רעד ווי א פיראט טאג

דער אינטערנאציאנאלער רעד ווי א פיראט טאג איז א פאראדישע חגא וואס איז געשאפן געווארן אין 1995 דורך דזשאָן באָר און מאַרק סאַמערס פון אלבעני, ארעגאן, די פאראייניקטע שטאטן. זיי האבן דעקלארירן דעם 19טן סעפטעמבער יעדע יאר אלס דער טאג אויף וואס יעדער איינער אין די וועלט זאלן רעדן ווי א ים-רויבער. צום ביישפיל, איינער וואס פייערט די חגא וואלט באגריסן "אַהוי, חבֿרים" אנשטאט "שלום עליכם". די חגא און די פייערונג שטאמען פון א פארפוצטע פערספעקטיוו איבער די גאלדענע עפאכע פון ים-רויבעריי.

וועטעראןס טאג

וועטעראַןס טאָג איז אן אמעריקאנישע לעגאלע פעדעראלע חגא וואס וועהרט אפגעהאלטן יעדע יאהר דעם עלפטן נאוועמבער זינט 1919 דורכאויס אלע פופציג שטאַטן. אין דעם טאג טוט מען באעהרן, מיט צערעמאניעס און מארשן, די סאלדאטן וואס האבן זיך געשלאהגן פארן לאנד. עס איז א רוה טאג, צוליעב וואס אין דעהם טאג זענען אלע רעגירונג אינסטוטוציעס, שולעס, ביבליאטעקן און פּאָסט אפיסעס פארשלאסן.

טאג פון די טויטע

טאג פון די טויטע איז א חגא וואס ווערט געפראוועט אין מעקסיקא און ארום די וועלט פון סוף אקטאובער ביז אנהייב נאוועמבער. עס באשטייט פון דעם וואס פאמיליע און פריינט נעמען זיך צוזאמען צו געדענקען די פארשטארבענע. עס ווערט אויך געפראוועט אין די פיליפינען און אין בראזיל.

לייבער דיי

לייבער דיי איז אן אמעריקאנער פעדעראלע לעגאלע חגא. עס איז דעם ערשטן מאנטאג אינעם מאנאט סעפטעמבער. טראדיציאנאל ווערט עס אפגעצייכנט מיט ווינציג הוליערייען און סעלעבראציעס, נאר ענדערש מיט רואיגע פייערונגען דורך באזוכן פריינט און פאמילע. אויך ווערן אפגעראכטן פארשידענע טראדיצינאלע פאראדען, אין ניו יארק און מאסאטשוסעטס. די חגא איז געגרינדעט געווארן צו פייערן א טאג פאר ארבייטער אין אמעריקא, ארויס צו ווייזן דאנקבארקייט און שטיצע פאר די פילע מיליאנען וואס ארבעטן שווער און האבען א גרויס טייל אין אויפבויען די אמעריקאנע עקענאמיע. אין דער גארער וועלט פירט מען זיך צו פייערן "ארבייטערס טאג" אין דעם ערשטן ...

מעמאריעל דיי

מעמאריעל דיי איז דער פעדעראלער מכוח דער רעגירונגס יום הזכרון פון אמעריקע צו געדענקן און ארויסהייבן די העלדישקייט און לאיאלקייט פאר אירע געפאלענע סאלדאטן על מערכת פון פרייהייט צו דער וועלט אויף וואס אמעריקע סימבאליזירט. עס געפאלט שטענדיג אויס אינעם לעצטן מאנטיג פון מעי וואס די גוים רוה זיך אפ אין א לענגערן וויק ענד צו גיין אויפן לאקאלען מיליטערישע בית הקברות מאכן א פראדע און מארשט דערנאך פייערט מען אין זייער זכות, געוויינליך מיט בארבעקיוס מיט די משפחות אויך ביי די ביטשעס ווייל דער זומער האט זיך שוין דאן אנגערוקט אין אמעריקע. עס איז א לעגאלע פייערטאג וואס אלע שטאטישע אמטן און דינסטן אדער פינ ...

                                     

מארטין לוטער קינג דיי

מארטען לוטער קינג דעי איז א לעגאלע פעדעראלע פייערונג אין די פאראייניקטע שטאטן, ספעציעל געווידמעט צו עהרן און געדענקען די אויפטוען פון דעם שווארצן פירער מארטין לוטער קינג דשוניער. עס איז אום יאנוער 15, דער געבורטס טאג פון קינג. דער פייערונג איז נישט אזוי ווייט אבזערווירט ווי די גרויסע פייערונגען, צום ביישפיל קרייצמעך אדער דשוליי פאור, נאר בענק און רעגירונג אנשטאלטן זענען פארשלאסן אבער קלענערע געשעפטן אין פירמעס זענען אין אלגעמיין יא אפען.