ⓘ גאמאל אבדול נאסער. גאמאל אבדעל נאצער איז געווען דער פרעזידענט פון עגיפטן פון התשיא ביז זיין שטארבן אינעם יאר תשל. ער האָט געבויט די אסוואן דאמבע און צוריקגעקערט ..

                                     

ⓘ גאמאל אבדול נאסער

גאמאל אבדעל נאצער איז געווען דער פרעזידענט פון עגיפטן פון התשי"א ביז זיין שטארבן אינעם יאר תש"ל.

ער האָט געבויט די אסוואן דאמבע און צוריקגעקערט דעם סועץ קאנאל וואס איז געווען אונטער דער בריטישער מאכט צו די עגיפטן. גלייך נאך דעם התשי"ז האט אויסגעפלאצט די סיני מלחמה צווישן ישראל מיט דער הילף פון בריטאניע און פראנקרייך פון איין זייט, און עגיפטן פון דער צווייטער זייט. אין דער סיני־קריג איז מצרים דורכגעפאלן.

                                     

1. זעקסטאגיקע מלחמה

נאסער איז געווען דער פאראנטווארטלעכער צו דער זעקסטאגיקער מלחמה אין יאר התשכ"ז וואס האט אויסגעפלאצט נאך וואס נאסער האט אריינגעשיקט גרויסע מיליטער־גרופעס אין סיני און פארשיקט פון דארט די יו ען כדי צו אנשרעקן ישראל.

אין דעם קריג האט נאסער פאראייניקט דריי אראבישע לענדער - סיריע, יארדאניע און איראק - צו קעמפן קעגן ישראל. די מלחמה האט זיך געענדיקט מיט מצרימס דורכפאל.

זיין נאכפאלגער איז אנוואר סאדאט.