ⓘ ערבוס. ארגינעל איז ערבוס געווען א קליינע פליווארג פראדוצירער צווישן א רייע אייראפעישע פליווארג פירמעס אין די 60ער יארן אונטער אן אנדערע נאמען. ערבוס איז געבוירן ..

                                     

ⓘ ערבוס

ארגינעל איז ערבוס געווען א קליינע פליווארג פראדוצירער צווישן א רייע אייראפעישע פליווארג פירמעס אין די 60ער יארן אונטער אן אנדערע נאמען. ערבוס איז געבוירן אין די ענדע 60ער יארן אלס א קאלאבאראציע צווישן בריטן, דייטשלאנד, און פראנקרייך וועלכע האבן געזוכט צו קאנקורירן מיט אמעריקעס גרעסטע פליווארג פירמעס באואינג און דאגלעס. דאס איז געקומען נאך די געלונגענע קאנקארד וועלכע איז אויך געווען א פאראייניגטע פראיעקט צווישן בריטן און פראנקרייך.

די ערשטע מאדעל איז געווען די A300 וועלכע איז געווען א דירעקטע קאנקורענט צו באואינגס 737 אבער עס האט זיך נישט אויסגעארבעט צוליב טעכנישע און פאליטישע סיבות און בריטן האט צוריק געצויגן פון דעם פראיעקט. באלד נאך דער דורכפאל האבן דייטשלאנד און פראנקרייך זיך פאראייניגט צו גיין ווייטער און האבן פארמאל געגרינדעט ערבוס אלס א פובליק פירמע. ערבוס האט נישט אויפגעגעבן די A300 און האט דאס ארויסגעגעבן אין 974 אבער עס האט זיך שוואך פארקויפט אין די ערשטע יארן. ערבוס האט נאכגעפאלגט מיט איר עי-320 אין 981 וועלכע איז געווען א פיל פארבעסערטער ווערסיע פון די A300 און האט געהאט א געוואלדיגע סוקסעס ווען בעפאר עס האט זיך ערשט געהויבן האט די פירמע שוין געהאט איבער 400 באשטעלונגן אין קאנטראסט צו 15 באשטעלונגן פאר די A300.

די סוקסעס האט נאכגעפאלגט מיט נייע מאדעלן וועלכע האבן זיך פארקויפט איבער די גאנצע וועלט און אויך אין אמעריקע זעלבסט. ביי די ענדע פון די 80גער יארן זענען באואינג און ערבוס אפיציעל געווען אין א נאנטע קאנקורענט ווען ביידע האבן זיך געריסן פאר יעדע ארדער און יעדעס מאל איינער האט געווינען א קאנטראקט האט דער אנדערער פרובירט נקמה נעמען מיטן פארכאפן א צווייטע ארדער. אין 00 האט בריטען זיך נאכאמאל פאראייניגט מיט ערבוס פאר דעם A380 פראיעקט, די וועלטס גרעסטע קאמערציאלע לופטמאשין מיט 555 זיצן וועלכע איז פארטיג געווארן דעם פארגאנגענעם אפריל. דער פראיעקט איז געווען איינע פון די גרעסטע אונטערנעמונגן אין אוויאציע היסטאריע און האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א סוקסעס אויף דערווייל סיי אין אינדזשעניר און סיי אין באשטעלונגן. די ערשטע דעליווערי וועט זיין ביז עטליכע מאנאטן.

אין 99 האט ערבוס געגרינדעט א מיליטערישע אפטיילונג אונטערן נאמען ערבוס מיליטערי וועלכע וועט בויען עטליכע מיליטערישע טראנספארט פליגער פאר נאט"א. די מיליטערישע אפטיילונג ווערט באטראכט אלס א סטראטעגיע פון ערבוס צו בלייבן שטארק אין ביזנעס אין פאל די ציווילע לופטליניע אינדוסטרי וועט אפגעשוואכט ווערן צוליב מלחמות זאל זי בלייבן אין ביזנעס. ערבוס פליגערס ווערן פראדוצירט אין פראנקרייך, דייטשלאנד, ענגלאנד, שפאניע, כינע, און די פאראייניגטע שטאטן דורך 50.000 ארבעטער. אויסער דירעקטע ארבעטער זענען פאראן ארום 120.000 ארבעטערס וועלכע ארבעטן פאר סופלייער פירמעס פון ערבוס אין די פאראייניגטע שטאטן.

                                     
  • דער ערבוס A380 ענגליש: Airbus A380, אויך באקאנט מיטן נאמען סופ ער - דזשא מבא דזשעט איז א פיר - מאטאר טאפל - דעקער עראפלאן פאבריצירט דורך ערבוס ער איז
  • בריטאניע 1981 - זיראקס פארק לאבאריאטארעס ווייזן דעם קאמפיוטער מויז 2005 - דער ערבוס A380 עראפלאן פליט צום ערשטן מאל אויף פראבע 1791 - סאמועל מארס, אמריקאנער
  • יארן ביז ערבוס האט עווענטועל באוויזן איבערצושטייגן באואינג אין 03 און נאכאמאל אין 04 און אין 05 בעת די שורות זענען געשריבן געווארן האט ערבוס ווידער
  • קא לענדא ר. 31סטן מערץ - אנטפלעקט דער קארליק פלאנעט מאקעמאקע 27סטן אפריל - דער ערבוס A380 עראפלאן פליט צום ערשטן מאל אויף פראבע 5טן מיי - טאני בלער געוויילט
  • פון דער אייראפעישער עראקאסמאס אינדוסטריע, וואו עס זענען הויפטקווארטירט ערבוס גאלילעא סיסטעם, ספאט סאטעליט סיסטעם און טולוז ספייס צענטער. טולוז איז די