ⓘ סטיוו דזשאבס איז געווען דער גרינדער און סי-אי-או פון דער עפל קאמפיוטער פירמע וועלכע פראדוצירט דעם מעקינטאש קאמפיוטער און די פאפולערע אייפאן, אייפעד און אייפאד, ..

אייפעד

דער איי-פּעד איז אן עלעקטערישן טאַבלעט ערפינדן דורך עפל אין יאר 2010 למספרם, פרעזענטירט דורך עפל׳ס דעמאלטסדיגן סי אי אוי סטיוו דזשאבס די אייפעד איז איינע פון די אומצאליגע קאלאסאלע סוקסעסן דורך עפל, פארקויפנדיג איין מיליאן שטיק אין בלויז זיבן אין צוואנציג טעג נאכן ערשיינען! לויט א שטודיע פון סטאטיסטיקא דאמינירט די אייפעד אין די טאבלעטן אינדוסטריע, האבנדיג קרוב צו צוויי הונדערט מיליאן אייפעדס פארקויפט ביי די ענדע פון 2020

                                     

ⓘ סטיוו דזשאבס

סטיוו דזשאבס איז געווען דער גרינדער און סי-אי-או פון דער עפל קאמפיוטער פירמע וועלכע פראדוצירט דעם מעקינטאש קאמפיוטער און די פאפולערע אייפאן, אייפעד און אייפאד,

                                     

1. היסטאריע

דזשאבס איז באקאנט אלס א מענטש מיט א שטארקן כאראקטער און כאריזמע וועלכע האט געברענגט אסאך נייע ערפינדונגן צו די קאמפיוטער וועלט. דזשאבס האט געגרינדעט די עפל קאמפיוטער פירמע אין 1976 און איז ערשט געווען א קאלאבאראטירער און נאנטער פריינט מיט ביל געיטס דער גרינדער פון מייקראסאפט. דזשאבס האט ערצייגט די וועלטס ערשטע פערזענליכע קאמפיוטער באקאנט אלס די עפל 2 וועלכע האט אנטהאלטן פראגראמירונג סקריפטס וואס איז געשריבן געווארן דורך מייקראסאפט. מייקראסאפט האט זיך דאן אנגעשלאסן מיט איי-בי-עם און איינגענומען די קאמפיוטער וועלט איבערלאזנדיג עפל מיט געלונגענע פראדוקטן אבער אן קיין ערנסטע סעילס.

דזשאבס איז פארשיקט געווארן פון עפל אין די 80גער יארן און האט אליינס געבויעט עטליכע גוטע קאמפיוטערס וועלכע האבן קיין איינע נישט געהאט קיין גרויסע הצלחה אויף די מארקעט. עפל האט זיך דאן געפּלאָגט פינאנציעל און דזשאבס איז צוריק גענומען געווארן אלס סי-אי-או. באלד דערויף האט דזשאבס איבערגעטוישט די פירמע און ערצייגט די איי-מעק קאמפיוטער און שפעטער די פאפולערע איי-פאד וועלכע איז געווארן א ביזנעס ווערט די האלב פון עפלס פארדינסטן.

ער איז געשטארבן אין אקטאבער תשע"א נאך א לענגערער קאמף מיט לעבער קענסער רח״ל,