ⓘ רעגירונג מעטאדן ..

סאציאל דעמאקראטיע

סאציאל דעמאקראטיע איז א רעגירונג־מעטאד וואס איר געדאנק איז צו גלייכרעכטן אלע בירגער אין דער מדינה סאציאלאגיש מיט דעם וואס די רעגירונג צווינגט יעדן בירגער צו צאלן שטייער פון וואס ער פארדינט, און מיט די געלט טוט די רעגירונג העלפן די שוואכערע בירגער. די מדינה העלפט זיי זיך אנטוויקלען און זיי געבן א פאטענציאל צו וואקסן עקאנאמיש. אנדערש איז דער ליבעראלישע צוגאנג, וואס האלט אז דער עיקר גלייכרעכטיקייט דארף זיין בעגרעניצן נאר צו פאליטישע פֿירערשאַפֿט, ווצ"ב לאזן יעדן־גלייך שטימען ביי די וואלן, און רעכנען יעדע שטימע גלייך אָן דיסקרימיניטרן צווישן פארשיידענע סארטן מענטשן, און די רעגירונג דארף נישט ג ...

רעפובליק

רעפובליק איז א רעגירונג־מעטאד וואס באשטימט דעם רעגירונגס פירערשאפֿט צו די בירגער. רעפובליק איז אנדערש פון מאנארכיע וואס די פירערשאפֿט גייט אריבער פון טאטן צום קינד, אויך איז רעפובליק אנדערש פֿון דיקטאטור וואס די פירער ווערן דערהויבן דורך די רעגירונג אליין אד"ג. אין א רעפובליק איז דער ראש מלוכה נישט קיין מאנארך, נאר עס בייט זיך די פירערשאפֿט פֿון צייט צו צייט. אין יאר 2017 האבן 159 פון דער וועלט׳ס 206 סואווערענע שטאטן געניצט דאס ווארט ״רעפובליק״ אין זייער אפיציעלן נאמען. אבער נישט אלע פון זיי זענען רעפובליקן אין דעם זינען פון האבן א געוויילטער רעגירונג. אויך נישט אלע לענדער מיט א געוויילטער ...