ⓘ תנאים זענען די אידישע רבנים וואס האבן געפירט די תורה אידישקייט פון הלל הזקן ביז די נאך משניות. דאס איז געווען אין די עפאכעס פון ערשטען יאר הונדערט און אין צוויי ..

                                     

ⓘ תנאים

תנאים זענען די אידישע רבנים וואס האבן געפירט די תורה אידישקייט פון הלל הזקן ביז די נאך משניות.

דאס איז געווען אין די עפאכעס פון ערשטען יאר הונדערט און אין צווייטען יאר הונדערט.

זיי הייסן אזוי ווייל תנא אין אראמיש מיינט א איבערזאגער ווי שנה וואס איז אויך די נאמען פון משניות, ווייל אן איבערזאגער אנדערשט ווי א פארלערנער, זאגט דאס פון אויסענווייניג און דאן האט מען נישט געלערענט פון אינווענייג נאר פון מויל צו אויער פון איינער צום צווייטען, נישט דורךן שרייבן און ליינען.

עס קומט נאך די תקופה פון די זוגות פאר די תקופה פון די אמוראים.

א תנא ווערט באטראכט אלס איינער וואס מזאגט א הלכה אין זיין נאמען אין דער משנה.

עס איז אנגענומען אז די תנאים זענען געווען 5 דורות, און א זעקסטער דור וואס איז געווען תיכף נאכן משניות וואס ווערן פארעכענט אלס האלב אמוראים און האלב תנאים.

די צאל פון וואס זענען דאקומענטירט אין חז"ל ביי די נעמען זענען 120

די תנאים האבן געלעבט און געשאפען אין ארץ ישראל אין פארשידענע צענטערן. נאכן חורבן פון ירושלים איז דער צענטער אנגעפירט דורך ר יוחנן בן זכאי אריבער קיין יבנה. זיינע תלמידים האבן געגרינדעט תורה צענטערן אין לוד און אין בני ברק.

אסאך פון די תנאים האבן געהאט זייער פרנסה אלס האנט ארבייט פון פאך אויס וו. צ.ב.ש. ר יוחנן הסנדלר וואס איז געווען א שיסטער, כאטשיג וואס זיי זענען געווען חשובע מרביצי תורה און פוסקים וואס האבן גענטפערט שאלות אין הלכה. א טייל תנאים זענען אויך געווען פירער פונעם פובליק, און זיי האבן אויך פארטרעטן דעם פאלק צו שתדלן און עסקענען פאר די רעגירונג אינסטאנצען פון די רוימער וואס האבן דאן געוועלטיגט אין ארץ ישראל דורך די רומישע אימפעריע.

                                     

1. ליסטע

דער רמב"ם אין זיין הקדמה פון משניות סדר זרעים רעכענט אויס איין און ניינצוג תנאים וואס עס ווערט פון זיי דערמאנט הלכות אין די משנה, און נאך זיבן און דרייסיג וואס עס ווערט פון זיי דערמאנט מוסר אדער אגדה. לויט אונזערע משניות איז דער ליסטע נישט קאמפלעט. א טייל פון די תנאים טוט דער רמב"ם גרופירן אין עלף גרופן לויט זייערע דורות, זעקס פון די זוגות און פינף פון די תנאים.

                                     
  • געווען אין דער צייט פון זעקסטן דור תנאים אין דער צייט פון עלפטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה, דער לעצטער דור פון תנאים מסכת אבות פרק ד משנה כ א, רבי אלעזר
  • בן בג בג איז געווען פון ערשטן דור תנאים אין איבערגאנג פון דער תקופה צייטס - שפאן פון די זוגות צו דער תקופה פון די תנאים און פון זיבעטן דור נאך די אנשי כנסת
  • איין מאל אין משניות. דער רמב ם שרייבט, רבי מיאשא איז געווען פון ערשטן דור תנאים און פון זיבעטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה, פאר דעם חורבן פון צווייטן בית
  • געווען אין דער צייט פון זעקסטן דור תנאים אין דער צייט פון עלפטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה, דער לעצטער דור פון תנאים רבי אלעזר ברבי שמעון איז געווען
  • בן בוטא איז געווען פון ערשטן דור תנאים אין איבערגאנג פון דער תקופה צייטס - שפאן פון די זוגות צו דער תקופה פון די תנאים און פון זיבעטן דור נאך די אנשי כנסת
  • געווען אין דער צייט פון זעקסטן דור תנאים אין דער צייט פון עלפטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה, דער לעצטער דור פון תנאים דער ספר יוחסין שרייבט אז רבי חלפתא
  • רבי שמעון בן מנסיא איז געווען א תנא אין דעם זעקסטן דור פון תנאים ער איז געווען א תלמיד פון רבי מאיר, אין דער זעלבער צייט ווי רבי יהודה הנשיא. ער איז
  • דערמאנט דריי מאל אין משניות. רבי חנניא בן חכינאי איז געווען פון צווייטן דור תנאים און פון אכטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה, דער דור וואס האט צוגעזען דעם
  • ארויסגעשריבן רבי אלעזר המודעי. רבי אליעזר המודעי איז געווען פון דריטן דור תנאים און פון אכטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה, דער דור וואס האט צוגעזען דעם
  • יונתן בן עוזיאל, א תנא אין דעם ערשטן דור פון תנאים ג תת ף - יוסי בן קיסמא, א תנא פון דער תקופה פון דעם בר כוכבא אויפשטאנד ה תש ב - רבי אהרן האלבערשטאם
  • חנינא סגן הכהנים, איינער פ ון די עשרה הרוגי מלכות, פון דעם ערשטן דור פון תנאים ה תרל ו - רבי בעריש ביאלער פון ביאלא, רבי פון די ווארקער חסידים ה תרמ ו