ⓘ אידישע אמונה פרינציפן. עס זענען פארהאן פאשידענע ווערסיעס אין די עיקר פרינציפען פון די אידישע רעליגיע, אבער די מערסטע באקאנט און אנגענומען איז די רמבםס ווערסיע. ..

                                     

ⓘ אידישע אמונה פרינציפן

עס זענען פארהאן פאשידענע ווערסיעס אין די עיקר פרינציפען פון די אידישע רעליגיע, אבער די מערסטע באקאנט און אנגענומען איז די רמב"םס ווערסיע.

אין לויף פון מיטל אלטער איז דאס באשריבן געווארן פיל ווערסיעס קיין איינס איז נישט געווארן עפעס א יסוד. אנדערשט ווי אלע אנדערע רעליגיעס ווי.צ.ב.ש. איסלאם אדער קריסטעניטום וואס זייערע פרינציפן זאגט צו מען באלאנגט אין זייער גלויבן צו נישט. איז ביי אידן לויטן הלכה שטאנדפונקט די אלע עיקרים נישט קיין תנאי אין דער אידישער אידענטיטעט מען איז א איד אפילו מען גלייבט נישט אין פראקטיק די אלע פרינציפן. פון דעסטוועגן דאך, זענען די עקרים די הויפט אויספארעמער און ווערט באטראכט אלס הארב און גאר וויכטיג אין דעם רעליגיע טייל פון אידישקייט אז מען איז פארפליכטעט דערין צו גלייבן.

צווישן די פארשרייבער און ציילער פון די עיקרים פארעכענט זיך ר סעדיה גאון אויף זיין פירוש אויף תורה רעכענט ער אויס 10 עקרים. דער רמב"ם אין זיין פירוש אויף משניות רעכענט אויס 13. דער חכם פון די קראים יהודה בן אליהו הדסי 10, רבי חסדאי קרשקש 6, רבי יוסף אלבו 3, און רבי יצחק אברבנאל רעכענט בלויז איין עיקר - די באשאפונג.

                                     

1. עיקרים לויט ר סעדיה גאון

רבי סעדיה גאון איז געווען דער ערשטער וואס האט דאס פארשריבן אפציציילן אין זיין פירוש אויף ספר שמות. די צען עיקרים וואס ער ציילט צוטיילט זיך אין 3 טעמעס:

  • דער פליכט צו איינהאלטן און פראקטיצירן די מצוות און גלייבן אין אפצאל און שטראף.
  • גלייבן אז דער באגריף גאט איז א פאקט און זיין איינציגקייט.
  • גלייבן אין דעם איינהאלטונג פון אויסלייזונג פון אידישען פאלק.
                                     

2. עיקרים לויטן רמב"ם

דער רמב"ם האט אויסגעשטעלט די אידישע פרינציפן אין 13 עיקרים, וואס אין דעם מוז יעדער איד לויט אים גלייבן.

אינעם אריינפיר צו זיין פירוש אויף פרק "חלק" פון מסכת סנהדרין פון די משנה צייכענט דער רמב"ם אן די עיקרים פון אידישקייט און שטעלט זיי אויף דרייצען.

דאס קען ווערן צוטיילט אין 3 הויפט גרופעס:

  • די צווייטע גרופע רעדט זיך איבער די פרינציפ אז תורה איז פון הימל און איבער נבואה.
  • די דריטע גרופע איז עוסק איבער די טואונגן פון גאט אויף די וועלט און אפצאל און שטראף.
  • די ערשטע גרופע איז איבער די פאקט פון א גאט און זיין איינציגקייט.

די דרייצען פרינציפן זענען ווי פאלגענד:

  • איין גאט - ד.ה. מקען אים נישט צוטיילן אדער צונעמען, און גארנישט איז נישט גלייך צו זיין מהות.
  • גאט איז פאר אלעם געווען - ד.ה. אלע זאכן אחוץ אים סיי פיזישע און סיי גייסטישע זענען געווארן נאך אים.
  • פאקט פון א באגריף וואס הייסט נבואה ; מענטשען קענען זיין נביאים.
  • די ספעציעלע נבואה פון משה רבנו - זיין נבואה איז גרעסער פון אלע נביאים וואס זענען געווען און וועלן זיין מיט 4 זאכן: ער איז דער איינציגער וואס האט באקומען די נבואה אן א מחיצה, אן קיין שוואכקייט, וואך און ווען אימער. דורך דעם, איז משה רבינו אנגעקומען און געגרייכט א גרעסערע שטאפל פון נבואה וואס קיינער קען נישט און האט נישט באגריפן איבער גאט און זיין ווילן.
  • מען טאר נישט פארמערן אדער פארמינערן פון די מצוות פון די תורה, סיי פון תורה שבכתב און סיי תורה של בעל פה.
  • די תורה איז געגעבן פון הימל - צו גלייבן אז אלע פינעף בענדער פון חומש איז אלעס א קאפי וואס משה רבינו האט איבערגעקאפיט פון גאטס מויל ווארט אויף ווארט, און נישט ער און קיין איינער אנדערשט האט נישט צוגיילגט אפילו איין אות אויך נישט.
  • גאט איז נישט קיין פיזישקייט און קיין שום פיזישקייט קען אים נישט באייפלוסן.
  • גאט ווייסט אלע טוענגן פון די מענשטן.
  • די טויטע וועלן ווערן לעבעדיג.
  • דער איינציגסטער וואס איז ווערד מען זאל אים דינען, און אלע אנדערע באשאפנישן קענען גארנישט טאן אן אים, אדער אנקעגן זיין ווילן, און דערוועגן טאר מען אויך נישט דינען דעם באשעפער דורך זיי.
  • קימונג פון משיח - צו גלייבן אז עס וועט קומען א געזאלבטער פון בית דוד און ער איז גרעסער פון אלע קעניגען.
  • דער פאקט פון א גאט - אלע זאכן וואס זענען אין פאקט זענען באשפאן דורך אים, און ער איז דער אייציגסטער פאקט וואס איז נישט אנגעוואנדען אדער באשפאן דורך אן אנדערן.
  • גאט צאלט אפ פאר די וואס האלטן איין די מצוות פון די תורה, און ער שטראפט איינער וואס איז חלילה עובר אויף א עבירה.