★ העברעאיש - העברעיש ..

מאדזשיץ (הויף)

דאס שטעטל מאדזשיץ אין קאנגרעס פוילן איז באקאנט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארטן איז געגרינדעט געווארן דער מאדזשיצער הויף. היינט איז דער הויף הויפטקווארטירט אין בני ברק. דאס חסידות איז שטארק באוואוסט פארן דגש וואס זיי לייגן אויף נגינה.

כרם יהושע

דער ספר כרם יהושע איז פארפאסט דורך רבי יהושע כהן פון מאנסי ארויסגעקומען אום ר"ח כסליו תשנ"ד געדרוקט בדפוס האחים גרויס. רבי יהושע איז באקאנט אלס איינער וועלכע חזרט אסאך און קען גאנץ ש"ס אויסעווייניג. אין דעם ספר שרייבט ער אפנים ווי אזוי סאיז עדאי צו לערנען אז מען זאל געדענקען און נאך זאכן וואס איז נוגע דער לשון פון גאנץ ש"ס וכדומה. דער ספר אנטהאלט הונדערט ניין-און-צוואנציג זייטן, אהן די מעות קדימה פרענומעראנטן.

פאלקלאר

דער טערמין פֿאָלקלאָר מיינט לעגענדעס, טראַדיציעס, מנהגים, גלויבנס און נאך פֿון פֿאָלק. דער טייל פֿון דער וויסענשאַפֿט וואָס בעשעפֿטיגט זיך מיט פֿאָלקלאָר הייסט פֿאָלקלאָריסטיק.

גאון

גאון מיינט געווענליך אויף א זשעני, די ווארט גָאוֹן אינעם טריקענעם אפּטייטש שטאַמט פון לשון קודש וואס דאס מיינט "שטאלצע עהרע", אזוי ווי "גאון ועוז". אינעם חרדישען לעקסיקאן איז עס א טיטול דוקא פאר תלמידי חכמים, לויט מאנכע האט מען אויסגעקליבן דעם ווארט וויבאלד ער איז בגימטריא "זעכציג", וואס דארף סימבאליזירן די זעכציג מסכתות אין ש"ס. דער ווארט גאון קען מיינען איינע פון די מנהיגי ישראל און די תקופת הגאונים, היינט צוטאגס ווערט הגאון באניצט צו באטיטול סיי ווער וואס צייכענט זיך אויס מיט זייער בקיאות און חריפות אין די תורה הקדושה, אפגעזעהן צו זענען חסידים אדער מתנגדים. היינט צוטאגס ווערט דער טיטל ג ...

עטימאלאגיע צו אידיש

ברית ~ Bris. שמיץ ~ Schmitz. כריין ~ Chrein. חוצפה ~ Chutzpah. צימעס ~ Tzimmes. בר מצוה ~ Bar Mitzvah. ?גליטש ~ Glitch. לאטקע ~ Latkes. בלינץ ~ Blintz. חלה ~ Challah. שפריץ ~ Spritz. שמאלץ ~ Schmaltz. קוועטש ~ Kvetch. נאש ~ Nosh. קאשע ~ Kasha. יענטע ~ Yenta. מענטש ~ Mensch. האלווא פון כאלווא ~ Halva. קלאץ ~ Klutz. שטיק ~ Shtick. קוועל ~ Kvell. שניצל ~ Schnitzel. שמועס ~ Schmooze. לאקס ~ Lox. אידיש ~ Yiddish. שלעפ ~ Schlep. כשר ~ Kosher. בייגל ~ Bagel.

                                     

★ העברעאיש

העברעאיש איז אַ סעמיטישע שפּראַך. מען שרייבט העברעאיש מיט די 22 אותיות פונעם אלף בית ענדלט אין -להבדל- לשון קודש. די יידן אינעם מדבר און אין ארץ ישראל ביזן חורבן פונעם ערשטן בית המקדש האבן גערעדט לשון קודש. ווען בבל האט באזיגט ארץ ישראל און געפירט די יידן אין גלות אין בבל האבן די יידן אויפגעהערט רעדן לשון קודש און זיי האבן גערעדט אראמיש.

דאָס מאָדערנע העברעאיִש עברית ישראלית איז באַזירט הױפּטזעכלעך אױף לשון קודש און פֿאַרצײַטישן אַראַמיש, מיט אַנטלײַונגען פֿון נישט־סעמיטישע שפּראַכן און עטלעכע ענדערונגען אין גראַמאַטיק. דאָס העברעיִש איז נײַ־געשאַפֿן געװאָרן װי אַ רײדשפּראַך אינעם סוף פֿון 19טן יאָרהונדערט ביז אָנהײב פֿונעם 20טן יאָרהונדערט דורך אליעזר בן יהודה. די אָפֿיציעלע הברה איז באַזירט אױף די וואקאלן פון דער ספרדישער טראַדיציע.

                                     

1. היסטאריע

לויט די לינגוויסטן, געהערט העברעאיש צו דער כנענישער גרופע שפראכן, וואס זיי זענען א צווייג פון דער צפון־מערבדיקער פאמיליע פון סעמיטשע שפראכן.

לויט אברהם בן-יוסף, האט העברעאיש געבליעט ווי א רעדן־שפראך אין מלכות ישראל און מלכות יהודה פון 1200 פאר דער ציווילער רעכענונג יאר ב׳ת״ר בערך ביזן חורבן פונעם ערשטן בית המקדש. אין גלות בבל ווייסט מען נישט וויפיל מען האט גערעדט העבעראיש, אזוי ווי די הויפט שפראך דארט איז געווען אלטע אראמיש. שפעטער, נאכן חורבן פונעם צווייטן בית המקדש האט כמעט קיינער נישט גערעדט העברעאיש, אויבוואויל מען האט ווייטער געשריבן ספרי קודש אין לשון קודש. אינעם 19סטן יארהונדערט האט ווידעראמאל אויפגעבליעט דאס רעדן העברעאיש.

                                     

2. גראמאטיק

העברעאיש ניצט אותיות פאר, נאך און אינמיטן א ווארט. פאר א ווארט קען קומען ה־ דער, ו־ און, כ־ ווי און די פרעפאזיציעס ב־ אין, ל־ צו און מ־ פון.

                                     

3. תקופות פון דער שפראך

די העברעאישע שפראך באשטייט פון פיר גרונד-תקופות:

  • מאדערנע העברעאיש "ישראליש"- די אויפלעבונג פון דער העברעאישער שפראך נאך וואס מען האט זי נישט גערעדט זינט דעם צווייטן יארהונדערט האט געגרינדעט אליעזר בן יהודה אין יאר תר"ם. די נייע העברעאיש איז געמישט פון אלערליי תקופות פון דער העברעאישער שפראך, און היינט ווערט זי אויך געווירקט פון דער ענגלישער שפראך. לויט א געזעץ אין ישראל איז די אקאדעמיע פאר דער העברעאישער שפראך פאראנטווארטלעך אויפן אויסלייג פון ווערטער אין העברעאיש און שאפט נייע ווערטער. מאדערנער העברעאיש איז די אפיציעלע שפראך פון ישראל. דער לינגוויסט גלעד צוקערמאן טענה׳ט אז "ישראליש"איז אן אייראַזישע פילשיכטיקע שמעלצשפראך, איינצייטיק סעמיטיש און אייראפעאיש. ער טענה׳ט אז ישראליש נעמט אריין דאס העברעאיש אבער אויך מאמע-לשון יידיש פלוס אנדערע שפראכן.
  • מיטל עלטער - אין דער דאזיקער תקופה האט מען נישט גערעדט העברעאיש אלס מאמע לשון, אבער מען האט איר גענוצט צו שרייבן דיכטונגען און ליטעראטור. ווי רבי אלעזר הקליר, ר סעדיה גאון, רש"י, אבן עזרא א.א.וו. גענוצט פון יאר גשס"ו ביז הס"ו.
  • עברית מקראית אויף יידיש: לשון קודש - די ערשטע העברעאישע דיאלעקט וואס מיר קענען, איז לשון התנ"ך. גערעדט אין ארץ ישראל פון בתק"ס ביז גק"ס.
  • לשון חז"ל - דער דיאלעקט האט מען גענוצט צווישן דער ערשטער יארהונדערט צום פינפטן יארהונדערט לויט די קריסטלעכע צייט-רעכנונג. דער אונטערשייד צווישן זיי, ווערט שוין געבריינגט פון די חז"ל: "לשון תורה לעצמה, לשון חכמים לעצמה"עבודה זרה נ"ח. לשון חז"ל איז געווירקט געווארן פון אנדערע שפראכן, איבער הויפט פון אראמיש. אין די צייטן פון די תנאים פון דער משנה און דער ברייתא האט מען גערעדט העברעאיש, אבער נאכהער ווייזט אויס אז די הויפט שפראך איז געווארן אראמיש וואס מען זעט אין דעם תלמוד. טראץ דעם איז א טייל פון דער גמרא געשריבן אויף העברעאיש און אויך אין שפעטערע תקופות האט מען געשריבן אויף לשון קודש.

א דיכטונג פון אלעזר הקאליר פֿון דעם מיטל־אַלטער אויף פורים:

אָץ קוֹצֵץ בֶּן קוֹצֵץ / קְצוּצַי לְקַצֵּץ בְּדִבּוּר מְפוֹצֵץ / רְצוּצַי לְרַצֵּץ לֵץ בְּבוֹא לְלוֹצֵץ / פֻּלַּץ וְנִתְלוֹצֵץ כְּעָץ מְחַצְּצִים לְחַצֵּץ / כְּנֵץ עַל צִפּוֹר לְנַצֵּץ


                                     

3.1. תקופות פון דער שפראך לינגוויסטיק

לינגוויסטיש איז העברעאיש א שפראך וואס געהערט צו די צפון־מערב סעמיטישע שפראכן, און איז דער דיאלעקט וואס די איינוואוינער פון ארץ ישראל האבן גערעדט אין דער צייט פון תנ״ך, בערך צווישן די יארן פון בתק"ס ביז גק"ס 1200 פאר דער ציווילער רעכענונג ביז 600 פאר דער ציווילער רעכענונג. דער שטח פון ארץ ווערט גערופן אין תנ״ך ארץ כנען, וואס שליסט איין די היינטיקע לענדער פון ארץ ישראל, לבנון, סיריע און יארדאניע. אין יענע יארן האבן די כנענים אין לבנון גערעדט די פעניקישע שפראך, וואס איז א ביסל ענלעך צו העברעאיש.

כמעט דער גאנצער תנ״ך אחוץ טיילן פון דניאל און עזרא, ווי אויך די משנה און רוב פון די ספרים חיצוניים און די באהאלטענע מגילות, זענען געשריבן אין לשון קודש. די שפראך האט זיך געענדערט במשך די יארן, און מען דערקענען די אונטערשייד צווישן לשון קודש אין תנ״ך און לשון חז״ל געניצט אין דער משנה.

א פאר הונדערט יאר נאכן חורבן בית המקדש אין 3טן יארהונדערט האבן רוב יידן אויפגעהערט רעדן העברעאיש אין טאג-טעגלעכן לעבן. די גמרא, סיי תלמוד ירושלמי און סיי תלמוד בבלי זענען געשריבן אויף אראמיש. טייל יידן האבן דאך ווייטער גערעדט העברעאיש, ביי די בעלי מסורה אין טבריה אינעם 8טן יארהונדערט איז זייער שפראך געווען לשון קודש.

אויך ווען מען האט אויפגעהערט רעדן העברעאיש איז די שפראך נאכאלץ געבליבן די הויפט שפראך פון שרייבן ביי יידן, בעיקר אין הלכה ענינים, למשל שרייבן די פראטאקאלן פון בתי דינים, זאמלונגען פון הלכות, פירושים אויף כתבי קודש און נאך. אפטמאל האבן יידן געשריבן בריוו און קאנטראקטן אין העבעראיש. אבער, אזוי ווי ווייבער האבן נישט געלערנט לשון־קודש וואס מענער האבן יא געלערנט, ספרים פאר ווייבער האט מען געשריבן אין דער שפראך וואס די פרויען האבן פארשטאנען, ד״ה אין די אשכנזישע קהילות יידיש למשל די צאינה וראינה, אין די ספרדישע קהילות אויף לאדינא, און אין די אראבישע לענדער אין יידיש־אראביש.

אנדערע ספרים וואס זענען נישט הלכה ספרים האט מען אויך טיילמאל געשריבן אין זשארגאן. דער רמב״ם האט געשריבן זיין הלכה ספר משנה תורה אויף לשון־קודש, אבער דעם מורה נבוכים און דעם פירוש המשניות אין יידיש־אראביש. שפעטער האט מען פארטייטשט זיינע אראבישע ספרים אויף לשון־קודש. די איבן תיבון משפחה איז געווען באקאנט פאר עוסק זיין אין דער ארבעט.

                                     

4. שטאפלען אין דער שפראך

עס זיינען דא פיר סארטן שטאפלען אין דער שפראך:

  • מדוברת - דאס איז די אלגעמיינע העברעאישע שפראך, וואס עס איז נישט אימער געהיטן לויט די העברעאישע געזעצן.
  • מליצית - דאס איז גאר א הויכע העברעאיש וואס שטאמט פון די גאר אלטע העברעאיש פון תנ"ךס צייטן. מען נוצט איר נאר ביים שרייבן ליטעראטור און דיכטונגען.
  • סלענג אדער שפת רחוב - דאס איז א פראסטע שפראך וואס ווערט גערעדט דורך פראסטע מענטשן, אדער אין פראסטע פלעצער און צייטן.
  • תקנית - דאס איז אן הויכע אקאדעמישע העברעאיש וואס נאר די בערימטע אדער בעסערע מענטשן רעדן איר, אויך ביי די ישראלישע נייעס רעדט מען מיט דיזעס אויסדרוק.
                                     

5. שפראכן וואס זענען באאיינפלוסט פון העברעאיש

דער איינפלוס פון העברעאיש איז באקאנט ספעציעל אין די יידישע שפראכן. די שפראך יידיש, וואס איז געווען די מוטערשפראך פון די אשכנזישע יידן אין אייראפע, און וואס האט א מקור אין מיטל־הויך־דייטש, איינע פון די דיאלעקטן פון דייטש, בארגט א סך ווערטער פון לשון־קודש העברעאייש – עטלעכע 20% פון זיין וואקאבולאר – און מען שרייבט יידיש מיטן אלף־בית פון לשון־קודש. יידיש, אנדערש ווי העברעאיש, ניצט אותיות פאר די וואקאלן, אזוי ווי די אייראפעאישע שפראכן – למשל, דער אות ע באדינט צו באצייכענען דעם וואקאל e. דאך, ווערטער וואס קומען פון לשון־קודש שרייבט מען מיט דער ארטאגראפיע פון זייער אריגינעלער שפראך. אזוי, דאס ווארט "אֱמֶת"וואס ווער אויסגערעדט אויף יידיש /eməs, שרייבט מען טאקע ״אמת״ און נישט "עמעס".‏

די שפראך לאדינא אויך גערופן"ספאניאליש"אדער "יידיש־שפאניש", וואס האט זיך אנטוויקלט פון קאסטילישן שפאניש, און איז געווען די שפראך פון די ספרדישע שפאנישע יידישע קהילות יהודיות איבער דער גארער וועלט, האט אויך געבארגט א סך ווערטער פון לשון־קודש, און ווערט געשריבן מיט אלף־בית, בעיקר מיט רש"י אותיות אויבוואויל ס׳איז פאראן פאר לאדינא א סיסטעם פון שרייבן אויף לאטיינישע אותיות.

יידישע אראביש, די שפראך פון די יידישע קהילות אין דער מוסולמענישער אימפעריע, בעיקר אין צפון אפריקע, וואס איז די שפראך אין וואס דער רמב״ם האט געשריבן זיין מורה נבוכים און נאך חשובע ספרים, ווערט אויך אזוי געשריבן מיט די אותיות פון לשון־קודש.

די שפראכן אראמיש און אראביש ווערן בארעכענט שוועסטער שפראכן פון העברעאיש, און געוויסע אויסשפראכן פון העברעאיש קען מען פארשטיין אין יענע שפראכן.

ס׳זענען פאראן אנדערע שפראכן וואס האבן באקומען א השפעה פון העברעאיש דורך דאס פארטייטשן תנ״ך אויף פרעמדע שפראכן. דאס ווארט "שַׁבָּת", למשל, איז גאנץ פארשפרייט אין כלערליי שפראכן ווי דער נאמען פון דעם זיבעטן טאג אין דער וואך, דער רו־טאג. אויך א סך העברעאישע נעמען פון תנ״ך זענען גאנץ פארשפרייט איבער דער וועלט. די צוויי ווערטער פון לשון־קודש וואס זענען מערסט פארשפרייט זענען "אמן"און "הללויה"– די ווערטער מיט וואס מען ענדיגט געוויסע תפילות, און באדייטן הסכמה מיט וואס מ׳האט געזאגט.



                                     

6. העברעאישע שריפט

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – אלף בית

די העברעאישע שריפט האט אן אלף בית מיט 22 אותיות, און 5 באזונדערע ענדע אותיות וואס ווערן געניצט ביים סוף פון א ווארט אנשטאט דעם נארמאלן אות. די געטאפלטע אותיות זענען כ-ך מ-ם נ-ן פ-ף צ-ץ. די אותיות זענען די קאנסאנאטן, און לכתחילה האט מען נישט געשריבן די וואקאלן. אויך זענען פאראן גראפישע סימבאלן פאר די וואקאלן, פינטעלעך און שטרייכעלעך וואס מען האט איינגעפירט א סך שפעטער. דער קוואדראטישער אלף בית וואס איז באקאנט היינט איז באזירט אויפן ״אינטערנאצינאלער״ אראמישער שריפט פון דער פערסישער אימפעריע, וואס האט געטוישט די אורלאטע כתב עברי שריפט העברעאיש־פֿעניקישער שריפט לויט א הוראה וואסעזרא הסופר) האט באקומען פון הימל, וואס מען פלעג ניצן אין מלכות יהודה, מלכות ישראל און אין די ברייט און לענג פונעם פארצייטיקן מזרח פאר גלות בבל. כתב עברי איז נישט אינגאנצן פארשוואונדן געווארן, און מ׳האט זי נאך געניצט אין די צייטן פונעם צווייטן בית המקדש, און ביים בר כוכבא אויפשטאנד האט מען געניצט מטבעות מיט כתב עברי שריפט.

                                     
  • כ נסת - דעפ וטא ט אדער כנסת מיטגליד העברעאיש חבר כנסת איז איינער פון די 120 מיטגלידער פון דעם כנסת דער פארלאמענט פון ישראל א דעפוטאט איז א מיטגליד
  • אומבאוועגלעכע גיטער אדער איממאביליען דייטשיש: Immobilie, ענגליש: Real estate, העברעאיש נדל ן - איז דער האנדל און מארקעט פון הייזער און שטחים. א װעבזײ טל וואס
  • זמן איז א פרומע מאנאטליכע מאגאזין מיט וועלטליכע ארטיקלען געשריבן אין העברעאיש עס ערשיינט אין אמעריקע און אין ישראל. טייל ארטיקלען זענען איבערגעטייטשט
  • דהיינו: א לף און בית מיטן דא זיקער שריפט שרייבט מען לשון קודש, יידיש, העברעאיש לא דינא דזשודעזמא א רא מיש ביי יידן און א נדערע שפ רא כן ווא ס
  • צי מיינט איר העברעאיש לשון הקודש איז דער אור א לטער שפ רא ך וואס מ נוצט ווען מען לערנט תורה. דאס איז די שפראך וואס מען האט גערעדט בשעת מתן תורה און איז
  • שטאטזאנגעהעריגען א דער רעגיא נאלע וואלען געוואהלט העברעאיש בחירות דער מיניסטערפרעזידענט העברעאיש ראש ממשלה פ ון די נאציא ן איז פ אסט אימער דער
  • גלויבן. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט גלויבן באדייטן גלויבן, העברעאיש - אמונה ענגליש - belief באציעט זיך צו יעדע זאך וואס דער מענטש האט ערייכט
  • די ישראל פאליציי העברעאיש משטרת ישראל, אראביש: شرطة إسرائيل איז די ציווילע פאליציי פון ישראל. ענלעך מיט מערסט אנדערע פאליצייס אין דער וועלט, אירע פונקציעס
  • געפילן אדער הרגשים ענגליש: emotions, העברעאיש רגשות טרײ בן דא ס גא נצע לעבן, מען א רבעט װײל מען װיל הנאה הא בן פ ון דא ס װײ ב און קינדער און פ ילן סיפ וק
  • די ישראל פ ייערלעשעריי און רעטונג דינסטן העברעאיש כבאות והצלה לישראל אדער שירותי כבאות והצלה זענען די אפ יציעלע פ ייערלעשעריי און רעטונג ארגאניזאציע


                                     
  • ע פאסט מיט בילדער פון רבי ס און רבנים. אזוי אויך האבן זיי א וועבזייטל אויף העברעאיש JDN.Co.Il זיי פארמאגן א שטאב פון פאטאגראפן ארום דער וועלט, און זיי שטעלן
  • די ישראלישע ארבעטס - פארטיי, העברעאיש העבודה די ארבעט גאנצער נאמען: מפלגת העבודה הישראלית איז א פאליטישע פארטיי אין ישראל. איר אידעאלאגיע איז סאציאל
  • סאול בעללאו פיליפ ראטה בערנארד מלמד סינטיא אזיק עמוס עוז העברעאיש א.ב. יהושע העברעאיש נאטאן ענגלאנדער דזאנעטען פראנקלין פאער טובה מירוויס אנטאן טשעכאוו
  • די גרעסטע משכילים אין דעם רענעסא נס פ ון וועלטלעכער ליטערא טור אויף העברעאיש און אויף יידיש אין 19טן - יארהונדערט. ער האט געגרינדעט און רעדאקטירט ה מ ליץ
  • פוילישער וויקיווערטערבוך מער ווי 7, 000 ווערטער ד ר שושנה דא מינסקי, יידיש - העברעאיש ווערטערבוך וויקיווערטערבוך דער בלא ט איז א פ עלערדיקער שטומפיקער א רטיקל
  • תפוז טא פ וז ווערטלעך: מאראנץ איז אן ישראלישער אינטערנעט פארטאל אויף העברעאיש צווישן די ווירטואלע קהילות דא איז תפוז יידיש, אויף וועלכע יידישיסטן רעדן
  • בת ים פון העברעאיש ים - מיידל איז א שטא ט אין תל אביב דיסטריקט, ישראל, און איז איינע פון די גרויסע שטעט אין גוש דן, עס געפונט זיך דרום פון תל אביב
  • ציוניזם ציונות אין העברעאיש פון נאמען ציון איז אן אידיאלאגיע וואס האלט אז אידן אין מאדערנע צייטן זאלן זיך אומקערן צו דאס היסטארישע לאנד פון די אידן
  • און איר אהערגעשטעלט ווי א גערעדטע שפראך פאר יידן, און עס גערופן העברעאיש דאן האט העברעאיש אנגעהויבן דינען ווי א גערעדטע שפראך ביי גרויסע טיילן פון יידישן
  • פ א נטשקע אדער פא נקע אין ירושלים רופט מען עס לאטקעס ענגליש: doughnut, העברעאיש סופגנייה איז א טייגל געפרעגלט אין בוימל וואס מען פילט אן מיט א זיסן איינגעמאכטס
  • העברעישע וויקיפעדיע העברעאיש ויקיפדיה העברית איז די וויקיפעדיע אויף דער העברעישער שפראך. זי ווערט געפירט דורך א אײנציקן ביראקראט דריי ה Eldad, ערן
  • המבשר איז א חרדישע טאג צייטונג וואס ערשיינט אין ארץ ישראל מערסטענס אין העברעאיש אבער האט אויך בלעטער וואס ווערן געשריבן די נייעס אין אידיש איר הויפטקווארטיר
                                     
  • ווערט געפירט דורך זיין זון הרב אליהו מינץ. איר נאמען, עורה, באדייט אין העברעאיש וועקט אייך אויף וואס דאס איז זייער מאטיוו, אויפוועקן אידן צו אידישקייט
  • מאגאזין וואס ערשיינט סיי אין אמעריקע אויף ענגליש און סיי אין ישראל אויף העברעאיש דאס איז געווען די ערשטע מאגאזין ביי חרדים אויפן מאדערנעם אויפן שיין אינהאלטסרייך
  • דויד גראסמא ן העברעאיש דויד גרוסמן, געבוירן דעם 25סטן יאנואר 1954 אין ירושלים איז אן ישראלדיקער שרייבער. זיינע ביכער זענען איבערגעזעצט געווארן צו א
  • א גרא גער העברעאיש רעשן איז א שפ ילכל פא ר קינדער צו מא כן א רעש, מען נוצט אים איבערהויפט פורים צו קלא פן המנען.
  • א זייגער ענגליש: clock, העברעאיש שעון, לשון קודש: מורה שעות איז דער אינסטרומענט וואס מעסט און ווייזט די צייט - אין וועלעכער שעה פון דעם טאג נאכט מען
  • פון: אראביש, פראנצויזיש, טערקיש, דייטש און היינט פון ענגליש. יודיש און העברעאיש האבן אויך גענומען ווערטער פון פערסיש. אויך איז אין די היינטיגע לשון קודש
  • שפראכן, באדא און טיבעטיש די אפרא - אזיאטישע פאמיליע שליסט איין אראביש, העברעאיש און סאמאלי די באנטו שפראכן שליסן איין סוואהילי, זולו און הונדערטער אנדערע
  • תש ב איז געווען א יידישער פילאסאף און א בארימטער שרייבער אין יודיש און העברעאיש וועלכער איז אומגעקומען ביים קריג. ער איז געווען פון די רעדאגירער ביים מאמענט
                                     

ספר ההוכחות

דער ספר ההוכחות איז א פאפולערער ספר אין העברעאיש מיטן ציהל איבערצואוווייזן אז סאיז דא א גאט אויף דער וועלט און אלעס וואס סע שטייט אין די תורה איז וואָר. עס איז ארויסגעגעבן געווארן דורכן אדוואקאט ערן בן עזרא וועלכע איז דאס אלעס אליינס געקומען צו איבערצייגונג.

Users also searched:

העברעאיש, העברעיש. העברעאיש,

Encyclopedic dictionary

Translation
Free and no ads
no need to download or install

Pino - logical board game which is based on tactics and strategy. In general this is a remix of chess, checkers and corners. The game develops imagination, concentration, teaches how to solve tasks, plan their own actions and of course to think logically. It does not matter how much pieces you have, the main thing is how they are placement!

online intellectual game →