ⓘ געווער ..

AK-47

AK-47 איז א סאוועטישע שטורעם ביקס, וואס איז אנטוויקלט געווארן דורך מיכאיל קאלאשניקאוו נאך דער צווייטער וועלט מלחמה אינעם יאר 1947. די ביקס און אירע נאכפאלגער זיינען פארעכנט ווי גאר געלונגענע און ביליקע געווער, און ווערן גענוצט ביז היינט ביי פילע ארמייען.

מאשינביקס

א מאַשינביקס איז א פייער-געווער וואס קען שיסן אויטאמאטיש איינס נאך אנאנד פון אן אמוניציע פאס אדער א מאגאזין, פאר א לענגערע צייט. א מאשינביקס קען שיסן הונדערטער קוילן אין א מינוט. א שווערן מאשינביקס דארף מען שטעלן אויף דער ערד און שטיצן אויף א דרייפוס, אדער שטעלן אויף א פארמיטל מיט א געשטעל און א דרייעדיקער באזע. אויך דארף מען צוויי מענטשן צו אפערירן דעם ביקס, איינער וואס גיט אריין די אמוניציע און א צווייטער צו צילן. דער ברוינינג M2 מאשינביקס איז זייער א גענויער מאשינביקס וואס קען שיסן גאר ווייט. אין דער וויעטנאם קריג האט א זעלנער, ניצנדיק א טעלעסקאפ אויפן ביקס, געשאסן אויף א ציל ווייט 2250 ...

נוקלעארער וואפן

א נוקלעאַרער וואפֿן איז א וואפן וואס פלוצלונג פארלאזט די ענערגיע פונעם יאדער פון געוויסע אטאמען. דאס שאפט א מאסיווע אויפרייס. איין נוקלעארע באמבע איז גענוג שטארק צו פארטיליגן א גאנצע שטאט. די אטאמען וואס מען ניצט צו שאפן אזא אויפרייס זענען איזאטאפן פון אוראניום און פלוטאניום. נוקלעארע וואפן ווערן אויך גערופן "אטאם באמבעס" אדער "אטאמישע באמבעס". די ערשטע נוקלעארע וואפן האבן די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע אנטוויקלט אין דעם מאנהאטן פראיעקט ביי דער צווייטער וועלט מלחמה, און מען האט זיי געניצט קעגן די יאפאנישע שטעט היראשימע און נאגאסאקי. די לענדער וואס האבן שוין נוקלעארע וואפן זענען די פאראיי ...

עוזי

עוזי איז א קורצע אויטאמאטישע מאשין ביקס, וואס דער ישראל מיליטער האט פאבריצירט אין די ענדע פופציקע יארן. עס איז קורץ, און דערפאר זייער גוט פאר נאנטע קאמפן איינער קעגן צווייטן, עס ווערט זייער אסאך פארהאקט, און וועגן דעם ווערט עס נישט היינט צופיל באנוצט. די ישראל מיליטער האט פארדינט מיליאנען פון דעם, נאכן פארקויפן פאר אלע ארמייען, און אנדערע סארט מענטשן. די ישראל מיליטער האט אויך פאבריצירט די גליל מאשין געווער, וואס איז נישט אזוי באוויסט, ישראל האט זיך באנוצט מיטן עוזי ביים זעקס טאגיקער מלחמה, און מיטן גליל ביי דער ערשטער לבנון מלחמה.

עם 16

די M16 ביקס איז א שטארק פאפולערע און זייער באנוצטע ביקס, וואס די מיליטער פון די פאראייניקטע שטאטן, האט ארויסגעגעבן אין די צייטן פון די וויעטנאם קריג, עס איז פארהאן די לאנגע וואס וועגט זעקס און א האלב פונט, די קורצע וואס וועגט אביסל ווייניגער פון פיר און א האלב פונט. די קורצע, איז די ביקס וואס מען האט זיך באניצט זייער אסאך אין ישראל, ביז די M4 וואס איז מער מאדערניזירט איז ארויסגעקאמען. היינט איז דער טאר, אדער אין העברעיש תבור, די ביקס אויפן שלאכטפעלד.

פייל

צי מיינט איר א קאמפיוטער פייל? א פֿײַל איז שטעקן מיט א שארפן שפיץ וואס מען שיסט פון א בויגן. אמאליגע צייטן פלעגט מען ניצן א פייל און בויגן צו פירן מלחמות. מען מאכט די פייל פון האלץ, באמבו אדער א ראָר; היינט מאכט מען אויך פון אלומיניום. איינער וואס שיסט פיילן הייסט א פיילן־בויגער. ער האלט זיינע פיילן אין א פיילנטאש.

פייער-געווער

א פֿײַער־געווער איז א קעמפֿן מיטל וואס ארבעט דורך שיסן מעטאלכלעך אדער געשטויסט מיט אויפרייס-מאטעריאל אדער דורך א מעכאנישן מיטל. די ערשטע פייער־געווער האט מען דערפינדן אין כינע אינעם 13סטן יארהונדערט. קליינע פייער־געווער וואס איין מענטש טראגט אליין רופט מען "קליינע געווער", ספעציעל אין דער מיליטער וואס ניצט אויך שווערע געווער. ווי מארטערן און קאנאנען. פונדעראנדער זייט, זענען ראקעטן און מיסלן וואס זענען נישט פייער־געווער ווייל זיי האבן אייגענע באוועגונג־קראפט און ווערן נישט געשאסן.

שווערד

די שווערד איז א כלי־זיין וואס מהאלט אין דער האנד; זי קען סיי שניידן סיי שטעכן. געווענלעך ווערט זי געמאכט פון מעטאל. די שווערד האט א הענטל און א לאנגע שארף. די ערשטע שווערד זענען געמאכט געווארן פון בראנדז אין אוראלט עגיפטן. זייט דער ערפינדונג פון ביקסן זענען שווערד ווייניג געניצט. א מענטש וואס רייט א פערד ניצט א סאבליע, א לייכטע געבייגטע שווערד מיט א שארף אויף איין זייט און א שארפן שפיץ. אין דעם מיטל־עלטער איז די שווערד געווארן דער פערזענלעכער וואפן פונעם קריגער. ווען מען גיט איינעם דעם ריטער טיטל טוט מען אים דאס באצייכענען מיט א שווערד. ֿ

שיספולווער

שיספולווער איז א שווארצער פולווער וואס איז א כעמישער אויפרייס מאטעריאל. שיספולווער איז דער ערשטער באוואוסטער אויפרייס מאטעריאל. ער ווערט געמאכט פון אויסמישן שוועבל, האלצקוילן און קאליום ניטראט. ער ברענט גיך און שאפט גאזן וואס דארפן מער פלאץ ווי עס געפינט דארטן, און דערמיט שאפט אן אויפרייס. איר מיטל איז צו פריילאזן פייער, היץ און גאז. מען נוצט דאס צו מאכן פארשידענע שיסגעווער און קוילן. אויך פאר פייערונג ראקעטעס ליכט קאלירטע ראקעטעס. עס איז ברייט געהאלטן אז שיספולווער איז געווארן ערפינדעט אין כינע אינעם 9טן יארהונדערט.

                                     

האנט גראנאט

האַנט גראַנאַט איז ווי א באמבע וואס משיסט דאס און ביים טראסק ערשט עקספלאודריט דאס. דער מעכאניזם איז א שווערער אבער דאס ארויסציען דעם פין, און אפלאזן דעם האלטער מאכט אז די אויפרייס שטאף זאלן אנהייבן קאכן, וואס דאס ברענגט אז די גראנאט זאל פלאצן, עס געדויערט פיר סעקונדעס אז עס זאל פלאצן, און עס שעדיקט אין די פינעף אין פערציג פוס, פון ווי עס איז געפאלן. עס זענען פאראן גראנאטן וואס זענען נישט געמאכט אומצוברענגן, צב"ש קאלירן פאר סימנים, אדער פארשפרייטן ווילדע ראיאטן,