ⓘ זעקסטאגיקע מלחמה ..

זעקסטאגיקע מלחמה

די זעקסטאגיקע מלחמה איז געווען דער קריג צווישן ישראל קעגן מצרים, יארדאניע, סיריע מיט הילף פֿון איראק. די מלחמה האט זיך אנגעהייבן כ"ז אייר התשכ"ז און זי האט זיך געצויגן 6 טעג. אין דער מלחמה האט ישראל געזיגט. ישראל האט איינגענומען ריזיקע שטחים וואס האט פארגרעסערט דעם שטח פון ישראל דריי מאל אזוי פיל ווי ישראל איז געווען פאר דער מלחמה. צווישן די שטחים וואס ישראל האט איינגענומען, איז אריינגערעכנט: סיני, עזה ראיאן, רמת הגולן, יהודה ושומרון און מזרח־ירושלים. ביי דער מלחמה האט משה דיין געדינט ווי דער זיכערהייטס מיניסטער נאך וואס דער פרעמיער מיניסטער, לוי אשכול, האט אים געמוזט שענקען די שטעלע כאטש ...

על הגאולה ועל התמורה

על הגאולה ועל התמורה איז א קונטרס פון סאטמארער רבי ר יואל טייטלבוים זי"ע, פארפאסט לאור די זעקס טאג קריג מלחמה פון די ציונים. אין דעם ספר שרייבט ער אראפ זיין שיטה אז די מלחמה איז בכלל נישט געווען קיין נסים נאר א שטארקע מיליטערישע זיג פון די ציונים וועלכע האבן געוואוסט פון פאראויס אז זיי וועלן באזיגן די אראבישע שונאים. און אז אפילו אויב עס זענען יא געווען נסים, איז עס געווען פונעם ס"מ און נישט פון די צד הקדושה ווי אויך שרייבט ער מען זאל נישט גיין צום כותל המערבי. דער ספר איז געבויעט אויף די באקאנטע שלוש סעודות תורות פון די פיער וואכן: נשא, בהעלותך, שלח, קרח פון יאהר תשכ"ז וואו דער רבי האט גע ...