ⓘ שטראז. א שטראָז איז גרויסע שטראסע וועלכע איז ספעציעל געבויט צו פירן אויטאס פון איין פלאץ צום צווייטן. א שטראָז איז געבויט ברייטער און בעסער ווי געווענליכע גאסן ..

                                     

ⓘ שטראז

א שטראָז איז גרויסע שטראסע וועלכע איז ספעציעל געבויט צו פירן אויטאס פון איין פלאץ צום צווייטן. א שטראָז איז געבויט ברייטער און בעסער ווי געווענליכע גאסן און קען נעמען צענדליגע טויזנטער אויטאס אן מאכן פארקער פראבלעמען. דאס ווארט שטראָז איז א שם הכולל און ווערט אנגערופן מיט מערערע נעמען געוואנדן לויט פלעצער און לענדער. באקאנטע נעמען זענען: אויטארוטע, אויטאבאן, עקספרעסוועג, אויטאשטראסע, אויטאסטראדא, אדער מאטארוועג.

                                     

1. קאנצעפט און היסטאריע

שטראזן זענען פון די וויכטיגסטע אינפראסטרוקטור פאר א מאדערנעם לאנד. ווי מער פארגעשריטן די שטראָז סיסטעם איז אלס בעסער איז די טראנספארטאציע אין לאנד. שטראָזן ווערן גענוצט פאר עטליכע טראנספארטאציע מיטלן, אריינגערעכנט אויטאס, באסעס, טראקס, מאטארביציקלעך, און נאך. הייעוועיס זענען דעזיינט פאר שנעלע טראנספארטאציע וואו טויזנטער אויטאס קומען פון אלע קלענערע ראודס צו נוצן דעם ברייטן אויסגעפלאסטערטע שטראז צו פארן שנעל.

אמאליגע צייטן איז נישט געווען אזא זאך ווי גרויסע הייעוועיס נאר יעדע שטאט\שטעטל האבן זיך געהאט זייערע אייגענע אויסגעפלאסטערטע וועגן פאר די בהמות וועלכע האבן געפירט מענטשן און פעקלעך. די ערשטע לאנגע שטראזן זענען געבויט געווארן אין אייראפע פאר צוויי טויזנט יאר צוריק און איז בעיקר געווען געמאכט פאר סוחרים וועלכע האבן אינאיינעם פינאנצירט פיר לאנגע שאסייען וועלכע זענען דורכגעלאפן צענטראל אייראפע. אבער די ראודס זענען געווען שוואך צוגעשטעלט און מענטשן פלעגן כסדר ווערן געשטראנדעט אויפן וועג צוליב רעגן און שנייען אדער אנדערע עקסטרעמע וועטערס. ווערן רעדט נאך פון רויבערס וועלכע האבן געלאקערט אויף די וועגן און באפאלן די אומבאהאלפענע דורכגייער.

היסטאריע זאגט אז מיליטערן האבן זיך געהאט זייערע אייגענע שאסיי סיסטעמען וועלכע זענען געהאלטן געווארן אין געהיים און איז נאר באנוצט געווארן דורך די מיליטער. ווען אויטאס האבן אנגעהויבן פארשפרייט ווערן אין די גרעסערע לענדער האבן רעגירונגן אנגעהויבן בויען גאסן און שאסייען וועלכע זענען אין רוב געווען לאקאלע רעגירונגן אדער פריוואטע אונטערנעמונגען.

                                     
  • די גארדען סטעיט פארקוועי איז א 172.4 מייל לאנג 277 ק מ שנעל שטראז Highway וואס גייט אדורך די גאנצע לענג פון ניו זשערסי, אנגעהויבן פון די ניו יארק
  • פארן פון איינעם צום אנדערן. א טראקט צווישן צוויי שטעט הייסט א שאסיי אדער א שטראז די רוימער האבן געבויט לאנגע גראדע טראקטן איבער זייער אימפעריע. וויקימעדיע
  • 1967 האט מען געגעבן הלוואות מערסטן פאר אינפראסטרוקטור פראיעקטן ווי פארטן, שטראז סיסטעמען און קראפטווערק. אין 1968 איז ראבערט מאקנאמארא געווארן פרעזידענט
  • פ עלד און מאכן א בא דן וואס איז מער אדער ווייניק פ לא ך, דער א פ גליי כער מאכט אים פ לא ך ווי א שטראז כדי צו דערלויבן פארמיטלען צו פ א רן איבער אים.
  • די אינטערסטעיט הייוועי סיסטעם איז אמעריקע ס גרעסטע שטראז סיסטעם וועלכע דעגרייכט אין אלע ווינקלען פון לאנד און צייכנט זיך אויס מיט גוטע קוואליטעט אינזשעניריע