ⓘ רוחאלא כומעיני. אייאטאלא רוחאלא כומעיני איז געווען א שיאטישער איסלאמישער אימאם און א פאליטישער פירער פון די 1979 איראןער רעוועלאציע וואס האט אראפגעווארפן די מאכ ..

                                     

ⓘ רוחאלא כומעיני

אייאטאלא רוחאלא כומעיני איז געווען א שיאטישער איסלאמישער אימאם און א פאליטישער פירער פון די 1979 איראןער רעוועלאציע וואס האט אראפגעווארפן די מאכט פונעם לעצטן שאך אין איראן.

נאכפאלגנדיג די רעוואלוציע, איז כומעיני געווארן דער הויפט און העכערער פירער פון איראן, און ער איז פארבליבן אלס דער העכסטער סימבאלישער פאליטישער פיגור פון די נייע איסלאםישער רעפובליק ביז צו זיין טויט.

כומעיני איז באוואוסט אלס אן אנטי-קאלאניעאלישער פירער וואס האט באשאפן די נאך-קאלניע שטאט, איסלאםישער רעפאבליק פון איראן נאך א רעפערענדום.

ער איז געווען פארעכענט ווי א גרויסער צדיק אדער נביא וואס האט אויפגעלעבט דער קאנצעפט אז די גייסטישע זאלן זיין די פירער פון די אראבער, ער איז געווען פארגעטערט און פארהייליגט אלס רוחניותדיגער פירער פאר שיא מוסולמענער איבער די גארער וועלט.

ער איז געווען די טיים מאגאזיןס מענטש פון יאר אין 1979 אויך אלס איינער פון די טיים מאגאזיןס 100 מערסטע אייפלוסרייכסטע מענשטן פון עפאכע ליסטע, אין די 20סטע יאר הונדערט.

אין 1989 האט ער ערלקערט א פאטווא פארארדענונג די הינריכטונג פון סאלמאן ראשדי פאר אפיקורסות.