ⓘ קילונג ..

לופטקילער

א לופֿטקילער איז א מעכאנישער מאשין וואס פראדוצירט קאלטע לופט וואס ווערט ארויסגעבלאזן דורך א פען. לופטקילערס ווערן גענוצט אין די מאדערנע לענדער צו קילן הייזער און געביידעס אין דעם זומער.

פרידזשידער

א פרידזשידער איז אן אפאראט וואס האלט זיך קיל, דורך עלעקטריק אדער גאז, אז עסנווארג וואס ליגט אין אים זאל בלייבן פריש. בעצם איז ער א קאסטן מיט א טיר, וואס איז שטרענג איזאלירט, און האט א מעכאניזם אריבערצופירן היץ אינדרויסן בכדי סזאל זיין קילער אין פרידזשידער ווי אין דער ארומעדיקער לופט. מערסט פארשפרייט איז דער שטוב פרידזשידער. אין די אנטוויקלטע מדינות האט כמעט יעדע הויזגעזינט א פרידזשידער. האנדל פרידזשידערן, וואס זענען אסאך גרעסער פון די היימישע, ווערן געניצט אין סופערמערק און רעסטאראנען. איידער מען האט פארקויפט פרידזשידערן בערך אין יאר 1920 פלעג מען ניצן אן אייזקאסטן. א נארמעלער פרידזשידער ה ...

ראדיאטאר

א ראַדיאַטאָר איז אן אפאראט וואס ווענדט היץ פון איין פלאץ צום צווייטן. א טייל ראדיאטארן ווערן באנוצט אָפּצוקילן זאכן ווי אויטאמאביל מאטארן, און אנדערע צו דערהייצן זאכן ווי הייזער.