ⓘ ארכיטעקטור ..

ארכיטעקטור

ארכיטעקטור איז די קונסט אין וויסנשאפט פון פלאנעווען געביידעס און סטרוקטורן שיינע געבויען. די אוראלטע ציוויליזאציעס האבן געהאט זייער אייגענעם סטיל פון ארכיטעקטור. למשל אין אוראלט עגיפטן האט מען געבויט גרויסע פיראמידן. די גריכן האבן געניצט שטיינערנע זיילן. די רוימער האבן געניצט א בויגן אין זייערע סטרוקטורן, וואס זיי האבן געלערנט פון די עטרוסקער. במשך די יארן האט מען אוועקגעלייגט געוויסע כללים וואס מען רופט היינט קלאסישע ארכיטעקטור. לויט די כללים דארף מען בויען מיט סימעטריע, מיט פראפארציע ניצנדיק דעם גאלדערנעם שניט.

בויגן (ארכיטעקטור)

א בויגן איז א וועג פון איבערבריקן אדער איבערדעקן צווישן צוויי אנשפארן אין א פארעם פון א האלבקרייז אדער אין אן ענלעכער פארעם, וואס איז פעאיק צו טראגן א גרויסע געוויכט. איידער מהאט דערפינדן דעם בויגן האט מען באדעקט מיט קראקוועס פון האלץ אדער שטיין. אזוי קען מען ארויפלייגן נאר א באגרענעצטע געוויכט. די דערפינדונג פונעם בויגן האט אויפגעעפנט א וועג אין קאנסטרוקציע און האט געווירקט שטארק אויף ארכיטעקטור. דער פונדאמעטאלער בויגן וועט צוזאמענגעשטעלט פון א נומיקער צאל פון ציגלען אין דער פארעם פון א טראפעז, וואס ליגן איינס אויף אנאנד. דער אויבערשטער ציגל ווערט גערופן דער "שליסלשטיין", וואס פארמאכט דעם ...

הויז

צי מיינט איר הויזן? א הויז איז א געביידע וואו מענטשן וואוינען. עס ווערט געבויט דורך מענטשן און ווערט גערופן הויז אזוי ווי עס פארמאגט פיר ווענט מיט א דאך. א הויז באשוצט קעגן רעגן, שניי, קעלט, ווינטען, גנבים און חיות. מענטשן וועלן רוב צייט פון טאג נישט זיין אין זייער הויז, נאר ביי דער ארבעט און אין אנדערע פלעצער אבער וועלן זיך געוויינליך געפינען אין זייער הויז ביי נאכט. עס איז קאמיש אז מענטשן וועלן אוועק געבן רוב צייט פון זייער לעבן פאר דעם הויז אפילו זיי געפונען זיך אינדרויסן מער וואו דערין. א הויז פארמאגט צום ווייניגסטנס איין טיר און עטליכע פענסטער

הויז קאנסטרוקציע

הויז קאנסטרוקציע איז דאס בויען אדער איבערמאכן א הויז פאר מענטשן צו וואוינען. הייזער ווערן געבויט מיט סטאנדארטע בויען פראקטיקס וועלכע איז מיט די יארן געווארן לעגאלע בילדינג קאודס וועלכע ווענדן אן צו אלע הייזער וועלכע ווערן געבויט אין א מאדערן לאנד. אויסער די לעגאלע סטאנדארטן האבן בויערס זיך שטענדיג צוגעשטעלט צו פאראייניגטע סטאנדארטן ווייל דורכדעם זענען מאטריאלן שטענדיג פארזארגט אויפן מארק און זענען ביליגער. באמערקונג: די פאלגענדע שורות באטראכט די קאנסטרוקציע סיסטעם מיט וועלכע רוב הייזער אין אמעריקע זענען און ווערן געבויט. היינט איז פאראן מער פארגעשריטענע ארכיטעקטור וועלכע פארנעמט נאר א קליי ...

זאל

זאַל איז א גרויסער ליידיגער ארט. געוויינליך איז דאס א פארצימער פאר א הויז אדער סיי וואסערע גרעסערע זאלן זענען א באל רום, ווי מען פראוועט חתונות, קאנצפערענצן, געדענקמאלן, פארברענגען און צונויפקומען. אין רוסלאנד האט מען גערופן דעם בית מדרש וואו די בחורים האבן געלערנט, מיטן נאמען "זאַל".