ⓘ ארכיטעקטור ..

טיר

א טיר איז די זאך וואס מען קען ניצן צו פארשטעלן אן אריינגאנג צו א פלאץ. יעדע הויז, געביידע, קאר, צי טויער פארמאגט אן אריינגאנג, וואס דער אריינגאנג האט רוב מאל עפעס וואס פארשטעלט דעם אריינגאנג, כדי מען זאל קענען פארשליסן דעם אריינגאנג און קאנטראלירן ווער עס קומט יא אדער נישט אריין.

מצבה

א מצבֿה איז אַ שטײן װאָס מען שטעלט אױף אַ קבר, דרײסיק טעג נאָך דער לװיה. אױף אַ מצבה שטײט געשריבן דער נאָמען פונעם טױטן, זיינע געבורט און טויט דאטעס און אַנדערע פּרטים וועגן אים.

סופיט

א סופֿיט אדער א פאלאַפ איז דער אויבערשטער איבערפלאך פון א צימער. דאס קען אמאל זיין די העלצער פון דער געביידע אבער מערסטנס ווערן זיי פארדעקט מיט גיפס און געפארבט פאר שיינקייט.

קאלאסעום

דאס קאלאסעום איז א ריזיגער ארכיטעקטור, אן אוואלער אמפֿיטעאטער אין דעם צענטער פון דער שטאט רוים, איטאליע. דאס קאלאסעאום איז פלאצירט מזרח פונעם רוימישן פֿארום. די קאנסטרוקציע פונעם קאלאסעאום האט אנגעהויבן אונטער קייסער אספאסינוס אין יאר 72, און איז געקאנטשעט געווארן אין יאר 80 אונטער זיין נאכפאלגער טיטוס. שפעטער האט מען געמאכט ענדערונגען אין דער תקופה פון דעם קייסער דאמיטיאן 81-96. די דאזיקע דריי קייסרים ווערן גערופן די פֿלאווישע דינאסטיע, און דערפאר הייסט דער אמפיטעאטער אויף לאטייניש מיט דעם נאמען פֿלאוויאוס. עס איז דער גרעסטער אמפיטעאטער וואס מ׳האט א מאל געבויט. מען האט עס געבויעט צו קענן ...

קאנסטרוקציע

קאנסטרוקציע אדער אױפֿבױ איז די סיסטעם פון בויען סטרוקטורן ווי געביידעס, הייזער, א.א.וו. קאנסטרוקציע פארלאנגט ציווילע אינזשעניריע וויסנשאפט און נאר די וואס האבן א ספעציעלע ערלויבניש מעגן בויען. די ארבעט פון קאנסטרוקציע איז קאמפלעקס וויבאלד זי פארלאנגט קאנטראקטן מיט צענדליגע סארטן בויער, און פלאנעווער.

קופאל

א קופאל איז אן עלעמענט אין ארכיטעקטור וואס זעט אויס ווי די אויבערשטע העלפט פון א הוילן קיילעך. מען ניצט קופאלן שוין זייט טויזנטער יאר צוריק. אינעם מיטל מזרח האט מען געבויט געביידעס מיט קלענערע קופאלן. ביי דער רוימישער אימפעריע האט מען געבויט טעמפלען און אנדערע פובליקע געביידעס מיט גרויסע קופאלן. אינעם 6טן יארהונדערט האט מען געבויט די האגיא סאפיא קלויסטער מיט גאר א גרויסן קופאל. אין רוסלאנד האט מען איבערגענומען דעם ארכיטעקטור פון דער ביזאנטישער אימפעריע, און מען האט געבויט קאטעדראלן מיט עטלעכע קופאלן. אין מערב אייראפע זענען קופאלן געווארן פאפולער אין דער רענעסאנס תקופה, ביז א שפיץ אין דער ב ...