ⓘ אידישע געגנטן ..

ביראפעלד

ביראָפֿעלד איז אַ דאָרף אינעם ביראָבידזשאַנער ראַיאָן פון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט אין רוסלאַנד. ביראָפעלד געפינט זיך בערך 40 קילאָמעטער צום דרום-מערב פון דער שטאָט ביראָבידזשאַן. לויט די אָנגאַבן פון 2010 באַטרעפט די באַפעלקערונג פון ביראָפעלד 2010 נפשות.

האלענדישע יידנטום

דער ערשטער דאקומענט וואס דערמאנט די יידישע קהילה פון האלאנד קומט פונעם 12טן יארהונדערט. אינעם מיטל אלטער האבן געוואוינט ווייניג יידן אין האלאנד. פונעם מיטל אלטער ביזן 17טן יארהונדערט הערט מען נישט וועגן די יידן אין האלאנד. היינט ווערט גערעכנט אז אומגעפער 40.000 יידן וואוינען אין האלאנד, צווישן זיי 10.000 ישראלדיקער וואס האבן זיך באזעצט אין לאנד. רוב פון די יידן האבן נישט קיין שייכות מיט די אפיציעלע יידישע געמיינדעס. די אלטע היסטארישע פארטוגעזישע שול אין אמסטערדאם וועלכער איז אויפגעשטעלט געווארן אין די יארן נאך גירוש שפאניע, איז נאך אין באנוץ און איז אייגנארטיג צוליב וואס זי ווערט נאך באלאכ ...

                                     

נייפעלד

נײַפעלד איז געגרינדעט געוואָרן דורך ייִדישע איבערוואַנדערער אין 1928. אין 1929 זײַנען אויסגעבויט געוואָרן די ערשטע סטאַציִאָנאַרע הײַזער. מיט דעם זעלבן יאָר ווערט דאַטירט די ערשטע מצבה אויפן אָרטיקן בית-עלמין. דאָס דאָרף געפינט זיך 40 קילאָמעטער פון דער שטאָט ביראָבידזשאַן. זײַן באַפעלקערונג האָט באַטראָפן אין 1998 בערך אַנדערהאַלבן טויזנט נפשות. זינט דעמלט האָט זי זיך פאַרקלענערט און באַטרעפט, לויט די אָנגאַבן פון 2100, סך-הכל 1118 נפשות.