ⓘ חזנים ..

מישא אלעקסאנדראוויטש

מיכאל אַלעקסאַנדראוויטש איז געווען א חזן און זינגער. ער איז געווען חזן אין ריגע, מאנטשעסטער און קאוונע.

הערמאן בארנשטיין

הערמאַן באָרנשטיין איז געווען א חזן. ער איז געבוירן געווארן אין פוילן. צום ערשט האט ער געזונגען אין דער אפערע און דערנאך איז ער אריבער צו חזנות. ער איז געווען חזן אין אזעלכע גרויסע שטעט אין אייראפע ווי אין די שוהל "אהבהת רעים" אויף דער שפיטאלנא גאס אין קראקע, ווארשע, לעמבערג און בודאפעשט. שפעטער איז ער געגאנגען קיין לידז אין ענגלאנד, און פון דארט קיין קאן וואס געפינט זיך אין פראנקרייך. זיינע באוואוסטע קאמפאזיציעס זענען: המכבה את הנר תיקוני שבת, לכו נרננה סליחות. בילד פון זיין רעקארד המכבה את הנר.

משה גענטשאף

משה גענטשאף איז געווען א חזן אין ניו יארק, אמעריקע. חזן משה גענשאף איז געבוירן אין אדעס, און איז געקומען מיט זיינע עלטערן קיין אמעריקע, אין טאלעדא, אהאיא. ער האט שטודירט ביים בארימטן חזן יעקב ראַפּאָפּאָרט. זיינע ערשטע חזנישע אויפטריטן האבן זיך אנגעהויבן אין יאר תרפ"ח. זינט דאן האט ער געדינט אין עטליכע שוהלן אין ניו יארק, ביז ער איז אין יאר תש"ד אויפגענומען געווארן אלס ממלא מקום פון דוד רויטמאן אלס חזן פון בית הכנסת שערי צדק אין ניו יארק. ער האט אויפגעטרעטן ביי קאנצערטן איבער די פאראייניגטע שטאטן, קאנאדע, אייראפע, צענטראל אוו סאוט אמעריקע און ארץ ישראל. ער האט רעקארדירט פולע פון זיינע חזני ...

מרדכי הערשמאן

מרדכי הערשמאן איז געווען פון די גרויסע חזנים אין דער צייט פונעם מלך החזנים יאסעלע ראזענבלאט, און ער האט קאנקוריט אויפן קרוין אבער יאסעלע האט עס געווינען צוליב זיינע פילע אייגנארטיגע מעלות.

שלמה הערשמאן

שלמה הערשמאן איז געווען א חזן און יונגערער ברודער פונעם באקאנטן חזן מרדכי הערשמאן. די מבינים זאגן אז ער איז נישט געווען ווייניגער חזן ווי זיין ברודער, ער האט זיך נאר באגענוגנט מיטן זיין א חזן אין א שוהל און נישט געווען אינטרעסירט צו ווערן באוואוסט אין דער וועלט. אין די יוגנט האט ער געזונגען מיט זיין ברודער און אין די כארן פון בארימטע חזנים ווי שלמה ראוויץ, שמאי מרגליות און מאיר פיסאק. דערנאך איז ער געווארן אויפגענומען חזן אין דער פרעסטיזשפולער נאזשיק שוהל פויליש: Synagoga Nożyków אין ווארשע. און פון דארט איז ער אין יאהר תר"ץ געווארן אויפגענומען דער חזן פון דער קרומפסאל שול אין מאנטשעסטער, ...

יושע ווידער

יהושע ווידער איז געווען א בארימטער חזן, בעל מנגן און קאמפאזיטאר. פארן צווייטן וועלט קריג האט ער געדינט אלס חזן אין "קהל ספרדים" אין מישקאלץ. ער איז געווען א סיגעטער חסיד.

                                     

ⓘ חזנים

  • האט מחבר געווען, און פארשטייט זיך אז שפעטער זענען שוין אויפגעקומען אסאך חזנים וואס זענען בארימט און מ זינגט זייערע לחנים ביז היינט, ווי יאסעלע ראזנבלאט
  • חזנים זינגען אין אידיש איז א מוזיק אלבאם רעדאגירט דורך עקיבא צימערמאן פאר אילן בייבער פון ישראל מוזיק ערשיינען אין יאהר תשנ ז. עס אנטהאלט ארייעס, אופערעטא
  • 3 חזנים בשירי אידיש ענגליש: 3 cantors sings yiddish איז א דאפלטע מוזיק אלבאם וואו דריי היינטיגע חזנים זינגען פערצן יודישע ליעדער. עס איז אפגעכאפט געווארן
  • שולחן ערוך אורח חיים תק פ, ב ה תשכ ו משה קוסעוויצקי, פון די גרויסע חזנים ה תשל א רבי ראובן מרגליות, מחבר פון מרגליות הים אויף מסכת סנהדרין און
  • די מכון להוצאת שירי חזנים עתיקים אנשטאלט פארן ארויסגעבן אור - אלטע חזנישע לידער איז אן אנטשטאלט וואס גיבט זיך אפ מיטן ארויסגעבן אלבאמען פון אלטע חזנישע
  • מרדכי הערשמאן ה תרמ ח - ב שבט ה תש א איז געווען פון די גרויסע חזנים אין דער צייט פונעם מלך החזנים יאסעלע ראזענבלאט, און ער האט קאנקוריט אויפן קרוין
  • חזנים בשירי אידיש - חלק ב איז אלבאם פון יודישע לידער ארויסגעגעבן דורך ישראל מיוזיק אין יאהר 2005. עס איז איינע פון זייערע לעצטע אלבאמען. קאוד נומער ICD
  • אהרן קאטשקא תרמ ו - תשנ ח איז געווען פון די בעסטע חזנים אין דער תקופה נאכן צווייטן וועלט קריג. ער איז געבוירן געווארן אין דווארט, פוילן. לויט געוויסע
  • פרידמאן און עקיבא צימערמאן. בענקען דודו פישר - המיטב הומור אידי חזנים זינגען אין אידיש חזנים בשירי יידיש - חלק ב יאסאלע ראזענבלאט יידישע לידער להיטי הזהב
  • קאוונע ווייט 102 ק מ שאוול 214 ק מ און פאנעוועזש 125 ק מ די הויפט חזנים אין ווילנע זענען געווען: יואל דוד סטראשונסקי לעווינזאן דער ווילנער בעל
  • גרשון יצחק סירא טע תרל ד - תש ג איז געווען פון די גרעסטע חזנים אין אייראפע בעפאר דער צווייטער וועלט קריג. ער איז געבוירן אין הייסין, פאדאליע. זיין חזנישע
                                     

סידאר בעלראסקי

סידאר בעלאַרסקי איז געווען א באקאנטער חזן און זינגער פון יודישע און רוסישע לידער. ער איז געבוירן ישראל ליפשיץ אין שטעטל קריזשאפאל, רוסלענדישע אימפעריע היינט אין וויניצער גובערניע, אוקריינע. אין יאר תש"י האט ער אימיגרירט מיט זיין פאמיליע צו די פאראייניגטע שטאטן וואו ער אי געווארן באוואוסט אלס איינע פון די גרויסע יודישע זינגער. בעלארסקי איז געווען א באס־שטים זינגער. ער איז שטארק באקאנט פאר זינגען "דעם מילנערס טרערן".‏

                                     

שלמה דאקס

שלמה דאקס איז אַן אמעריקאנער חסידישער זינגע און א חזן. ער האט עטלעכע בעסטער פארקויפן אלבאמען. ער און זייַן פרוי וווינן אין ברוקלין, ניו־יאָרק. אין תש"ס איז דאקס אויפגענומען געווארן אלס חזן פון דער ביאליסטאקער שול אין לאוער איסט סייד, ניו יארק. צוויי יאר נאכהער איז ער געווארן דער חזן אויף ימים נוראים אין דער גרייט נעק שול.

                                     

דוד אלימלך דים

דוד אלימלך דים איז געווען חזן אין דער שטאט קראקע, פוילן. שפעטער איז ער געפארן וואוינען קיין אנטווערפן, בעלגיע, און פון דארט האט מען אים דעפארטירט קיין אוישוויץ וואו ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד. ער האט רעקארדירט בערך צען פלאטעס מיט ניגונים און קאמפאזיציעס וואס זענען פארבליבן פון אים אלס פאראייביקונג.

                                     

נפתלי הערשטיק

נפתלי הערשטיק איז א חזן און דירעגירער וועלכער האט פארנומען דעם אמט פון הויפט חזן אין דעם בית הכנסת הגדול אין ירושלים. ער איז אויך א גרויסער לערער פאר חזנות. ער איז פארהייראט און האט צוויי זין און דריי טעכטער.

                                     

לייבעלע וואלדמאן

לייבעלע וואלדמאן איז געווען א חזן אין ניו יארק סיטי. ער איז די איינציגסטער אמעריקאנער געבוירענער חזן וואס זינגט ווי אן עכטער אמאליגער איירעפעאישער געבוירענער. ער האט אנגעהאלטן פאסטנס אין באסטאן און אין פאסעיק, ניו דזשערסי. און אויך האט ער פיל אויפגעטרעטן אויף די ראדיא סטאנציע wevd אין ניו יארק. ער איז נפטר געווארן אין 1969. ער האט איבערגעלאזט פילע חזנישע קאמפאזיציעס און ער זינגט אסאך יודישע לידער. זיין מערסט באוואוסטער שטיקל וואס מען זינגט אסאך נאך איז "כי לקח טוב".

                                     

יעקב יוסף שטארק

יעקב יוסף שטארק איז א חסידישער חזן א סאטמארער חסיד, וועלכער פארט ארום איבער די וועלט זינגען און האלטן קאנצערטן. ער איז באקאנט מיט זיין זיסע לירישע טענאר און מיטן קענען גאר הויך ארויפציען. די מערסטע שטייט איהם גוט די שטיקלעך פון משה קאסעוויצקי. ער האט א פאזיציע אין דער? שוהל אין מאנהעטן.

                                     

יוסף צבי כהנא

יוסף צבי כהנא האט געדינט אלס חזן אין ווילנא צווישן די יארן תרמ"ט און תרנ"ו. אבער ער האט זיך דארט צואמפערט מיטן גבאי און יענער האט געמאכט א בלבול אויף אים, און מהאט אים דערפאר פארטריבן. ער איז אריבער קיין יעליסאוועטגראד, און פון דארט קיין כארקאוו וואו ער איז געשטארבן זייענדיג א יונגער מענטש.

                                     

יענקי לעמער

יעקב לעמער איז א חסידישער חזן, א בעלזער חסיד, וואס וואוינט אין בארא פארק, ניו יארק סיטי. ער טרעט אסאך אויף קאנצערטן איבער די וועלט וואו ער זינגט אויך העברעאישע און יודישע ניגונים, ספעציעל שטייט אים גוט די שטיקלעך פון חזן מרדכי הערשמאן. היינט איז ער חזן אין דער לינקאלן סקווער שול, מאנהעטן, ניו יארק.

                                     

משה לוי ברוין

משה לוי ברוין איז א חזן וואס וואוינט אין קרית יואל, מאנרא. ער טרעט בעיקר נאר אויף ביי חסידישע צוזאמענקונפטן. ער האט א שטארקע נאטורליכע באריטאן און מבינים זאגן אז ווען ער זאל זיך ווען גיין נעמען שטימע בילדונג וואלט ער געווען א וועלטס חזן. אבער ער איז צופרידן אזוי, און ווי עס זעהט אויס וויל ער דייקא נישט מפורסם ווערן צו שטארק.

                                     

יוסף פיש

יוסף פיש איז געווען חזן אין דער גרויסער ארטאדאקסישער שול אין בודאפעסט, וואו ער האט געדאוונט ביז דער אונגארישער רעוואלוציע אין יאר תשי"ז. דאן איז ער געפארן קיין ארץ ישראל.

                                     

אהרן קאטשקא

אהרן קאטשקא איז געווען פון די בעסטע חזנים אין דער תקופה נאכן צווייטן וועלט קריג. ער איז געבוירן געווארן אין דווארט, פוילן. לויט געוויסע מבינים איז ער געווען א ריכטיגער באריטאן, א זאך וואס איז גאר געווען זעלטן ביי חזנים.

                                     

משה שווימער

משה שווימער איז געווען א חזן אין אוקראינע און די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע. משה שווימער איז געבוירן אין יאר 1918 אין אוקריינע, און האט אימיגרירט צו די פאראייניגטע שטאטן אין יאר תש"ט 1949; ער איז נפטר געווארן אין יאר תשס"ג 2003. אין אמעריקע איז ער געווען חזן אינעם טעמפל עזרה אין שיקאגא פאר דרייסיג יאר. עס איז פארבליבן רעקארדירט פון אים אסאך שטיקלעך און יידישע ניגונים.