ⓘ קהילות ..

געמיינדע

געמיינדע איז א פארזאמעלונג פון מענטשן אין איין גרופע. זיי קענען זיין פארשפרייט אין אנדערע עקן וועלט אבער אויב עפעס א געמיינזאמער אידיאל אדער לעבנסשטייגער פאראייניקט זיי ווערן. זיי גערופן אלס א געמיינדע.

מחזיקי הדת

מחזיקי הדת איז די צענטראלע חרדישע קהילה אין אנטווערפן, בעלגיע. זי פארפיגט אויף פילצאליגע אידישע אינסטיטוציעס אין שטאט א שטייגער ווי בתי-מדרש, בית החיים, השגחות אויף כשרות און דאס גלייכן. זי ווערט געפירט דורך דעם אנטווערפענער שטאטס-רב, היינט הרב אהרן שיף, און דורך די ראשי קהילה. זי פארמאגט א הויפט בית-מדרש אויף דער אסטען גאס.

סאטמאר (הויף)

דער ארטיקל דיסקוטירט דאס חסידות. טאמער זוכט איר די שטאט, זעט סאטמאר שטאט. סאַטמאַר איז א חסידות וואס איז געגרינדעט דורך רבי יואל טייטלבוים, רב אין סאטמאר, זיבנבערגן. היינט וואוינען די חסידים בעיקר אין וויליאמסבורג, ניו יארק, און אין דעם סאטמארער שטעטל קרית יואל אין מאנרא, ניו יארק. ווי אויך זענען דא סאטמארער חסידים אין אלע פרומע יישובים איבער דער וועלט. זיי זענען בעיקר באקאנט מיט זייער שטארקן קעגנזאץ צו ציוניזם וואס רבי יואל האט שטענדיק שטארק געשטורעמט קעגן דער גרינדונג און אידעאלאגיע פון ציוניזם. די סאטמארער חסידים זענען בעיקר פונעם אונגארישן און רומענישן אפשטאם.

עדת יראים וויען

קהל עדת יראים וויען איז אַן אַמעריקאַנער חרדישע קהילה צענטרירט אין וויליאמסבורג, ברוקלין, און געגרינדעט דורך יידן פון וויען. די קהילה האָט אויך שולן אין בארא פארק און מאָנסי, ווי אויך חינוך אינסטיטוציעס וואָס אנטהאלטן תלמוד תורה, א ישיבה קטנה און א ישיבה גדולה.

קהל ייטב לב

קהל יטב לב איז די סאטמארער קהילה איבער דער וועלט, וואס איז געגרינדעט דורך דעם סאטמארער רבין ר׳ יואל טייטלבוים זצ"ל, וועלכער האט אראפגעלייגט ספעציעלע יסודות דורכן שרייבן שטאטוטן ווי אזוי די קהלה זאל געפירט ווערן אין אלע צייטן און אומשטענדן. געגרינדעט געווארן אין שנת התש"ח לפ"ק אום חוה"מ פסח, אין דעם ערשטן קליינעם סאטמארער ביהמ"ד אויף 500 בעדפארד עוו. דעמאלטס ביי דעם ערשטן אסיפה האבן זיך איינגעשריבן בלויז 17 מיטגלידער אלס חברי הקהלה. דער ערשטער פרעזידענט איז געוועזן רבי חיים מאיר ברוין, בעמח"ס תולדות חיים אלס ראשי הקהלה וועלכע האבן אויך געדינט אלס וויצע פרעזידענט זענען אריינגעקומען הרבני הנג ...

קהל עדת ירושלים

ישיבת המתמידים איז א ירושלימער חבורה וואס איז געגרינדעט געווארן דורך א בעלזער חסיד ר יוסף אייכלער ז"ל און ר אברהם לייב קליין ז"ל. דערנאך איז איר ראש חבורה געוועזן רבי לייב מינצבערג ז"ל. די ישיבה גדולה און דער עיקר אקטיוויטעט געפינט זיך אין ירושלים, "מנחת יצחק" געגנט. אויך האט זי נאך שולן צעשפרייט אין ירושלים, פון זיי די צוויי גרויסע שולן, איינע אין די אונגארישע הייזער און איינע אין די ווארשעווע הייזער. היינטצוטאג האבן זיי אויך שולן אין די דרויסנדיקע שטעטלאך וווּ די ירושלימער האבן זיך אריבער געצויגן, ווי בית שמש, ביתר עילית אא"וו.