ⓘ טאליבאן ..

אסאמא בין לאדען

אָסאַמאַ בין לאַדען איז געווען אן איסלאמישער עקסטרעמיסט. ער האט געגרינדעט די טעראר-ארגאניזאציע, על-קאידא אין אפגאניסטאן. די אמעריקאנער רעגירונג האט אים באשולדיגט אלס דער אויספירער פון די טעראר אטאקע דעם 11טן סעפטעמבער, און האבן צוגעזאגט 50 מיליאן דאלער פאר דעם וואס כאפט אים. בין לאַדען איז געהארגעט געווארען דעם צווייטן מיי 2011 דורך אמעריקאנער זעלנער אין פאקיסטאן, נישט ווייט פון דער הויפטשטאט איסלאמאבאד וואו ער האט זיך אויפגעבויעט א פעסטונג. די אפעראציע איז אנגעפירט געווארן דורך דער סי. איי. עי. אגענטור.

                                     

דאדולא

דאדולא אקהונד אדער מולא דאדולא איז א טעראריסט פון אפגאניסטאן, ער איז געווען ביז זיין טויט דער אנפירער פון די גערילא קאמף פון די טאליבאן אנקעגען די אמעריקאנער געשטיצטע פרא-דעמאקראטישע קארזאי רעגירונג פון אפגאניסטאן.

                                     

טאליבאן

די טאליבאן איז א פאשטון פונדאמענטליסט סוני מוסלאמענער גרופע, וואס האט געהערשט אויף אפגאניסטאן פון 1996 ביז 2001 ווען זיי זענען פארטריבן געווארן דורך די נארטערן אלייענס מיט די הילף פון די אמעריקאנער באמבארדירונגען. יעצט פירט אן א קליינע טאליבאן גרופע א גערילא קאמף אנקעגען די אמעריקאנער געשטיצטע פרא-דעמאקראטישע קארזאי רעגירונג פון אפגאניסטאן. די טאליבאן ווערט אנגעפירט דורך דעם מולא מוכאמעד אמאר.

                                     

מוכאמעד אמאר

מולא מוכאמעד אָמאַר איז דער איין אויג בלינדער אנפירער פון די טאליבאן. ער איז געווען דער אנפירער פון אפגאניסטאן פון 1996 ביז 2000 ווען טאליבאן זענען געווען ביי די מאכט. כאטשיג זיין געוועזענע הויכע אמט, און זיין יעצטיגע שטאטוס אויף די מערסטע געזוכטע ליסטע, איז זייער ווייניג באקאנט וועגן אים.