ⓘ פיזיק. פֿיזיק, וויסן פון נאטור איז די וויסנשאַפֿט וואס פארנעמט זיך מיט די נאטור באנעמונגען - מאטעריאל און קראפט. געוויינטלעך, ווערט זי באשריבן מיט מאטעמאטישע פא ..

                                     

ⓘ פיזיק

פֿיזיק, וויסן פון נאטור) איז די וויסנשאַפֿט וואס פארנעמט זיך מיט די נאטור באנעמונגען - מאטעריאל און קראפט. געוויינטלעך, ווערט זי באשריבן מיט מאטעמאטישע פארמולעס. דער ציל פון פיזיק איז אויפקלערן וויאזוי אביעקטן באוועגן זיך אין רוים און צייט און צו פארשטיין וויאזוי דער אוניווערס פירט זיך.

אויך קען פיזיק זיין דעפינירט ווי "דער אפטייל פון וויסן וואס איז שייך צום סדר פון נאטור, אדער, אין אנדער ווערטער, צום רעגולערן נאכאנאנד פון געשעענישן".

אסטראנאמיע, די עלטסטע וויסנשאפט, איז א טייל פון פיזיק. אין דער פארגאנגענהייט איז פיזיק געווען א טייל פון נאטור-פילאסאפיע, צוזאמען מיט אנדערע פעלדער פון וויסנשאפט, ווי כעמיע און ביאלאגיע. בשעת דער וויסנשאפטלעכער רעוואלוציע אין דעם 17טן יארהונדערט זענען די דאזיגע פעלדער געווארן באזונדער, און יעדע איינע איז געווארן אן אייגענער דיסציפלין.

פיזיק איז זייער וויכטיק אין דער אנטוויקלונג פון נייע טעכנאלאגיעס, ווי עראפלאנען, טעלעוויזיעס, קאמפיוטערס און יאדערישע וואפן. מעכאניק, א צווייג פון פיזיק, האט געהאלפן אנטוויקלען דאס מאטעמאטישע פעלד פון קאלקולוס.

מאדערנע פיזיק פארבינדט אידעען וועגן די פיר געזעצן פון סימעטריע מיט קאנסערוואציע פון ענערגיע, אימפעט, לאדונג, און פאריטעט.

                                     

1.1. היסטאריע פון פיזיק אוראלטע אסטראנאמיע

אסטראנאמיע איז די עלטסטע נאטור-וויסנשאפט. די שומערן און די אוראלטע עגיפטער האבן שטודירט די שטערן, מערסטנס כדי פאראויסזען געשעענישן און ווי א טייל פון זייער רעליגיע. די ערשטע בבלישע שטערן מאפעס האט מען געמאכט בערך אין יאר 1200 פאר דער רעכענונג. אז אסטראנאמישע געשעענישן זענען פעריאדיש האבן שוין די בבליים געוואוסט. זייער פארשטאנד איז נישט געווען וויסנשאפטליש, אזוי ווי מען פארשטייט דאס היינט, אבער זייערע אבזערוואציעס האבן באאיינפלוסט שפעטערע אסטראנאמיע. פיל אסטראנאמיע שטאמט פון מעסאפאטאמיע, מלכות בבל, אוראלט עגיפטן און אוראלט גריכנלאנד. אסטראנאמען פון עגיפטן האבן געבויט מאנומענטן וואס האבן געוויזן ווי הימלישע קערפערס באוועגן זיך. די נעמען פון די שטערן־גרופעס אין דעם צפון האלבקיילעך שטאמען מערסטן פון גריכישע אסטראנאמען.

                                     

1.2. היסטאריע פון פיזיק קלאסישע פיזיק

פיזיק איז געווארן א באזונדערע וויסנשאפט ווען די פריער־מאדערנע אייראפעער האבן געניצט עקספערימענטאלישע און קוואנטיטאווע מעטאדן צו אנטפלעקן וואס מען רופט היינט די געזעצן פון פיזיק. די הויפט אנטוויקלונגען אין דער דאזיגער תקופה שליסן איין טוישן דעם געאצענטרישן מאדעל פון דער זון-סיסטעם מיט דעם העליאצענטרישן קאפערניק מאדעל, די געזעצן פון דער באוועגונג פון פלאנעטארישע קערפערס וואס יאהאנעס קעפלער האט פעסטגעשטעלט צווישן 1609 און 1619, פיאנער-ארבעט אויף טעלעסקאפן און אבסערווירטע אסטראנאמיע דורך גאלילעא גאלילעאי אין די 16טער און 17טער יארהונדערטער, און אייזיק ניוטאנ׳ס אנטדעקונג און פאראייניקונג פון די געזעצן פון באוועגונג און אוניווערסאלע גראוויטאציע וואס טראגן היינט זיין נאמען.

ניוטאן האט אויך אנטוויקלט דעם קאלקולוס, די מאטעמאטישע שטודיע פון ענדערונג, וואס האט פארזארגט נייע מאטעמאטישע מעטאדן צו לייזן פראבלעמען אין פיזיק.

פון דעם אנהייב פונעם 18טן יארהונדערט, איז טערמאדינאמיק אנטוויקלט געווארן דורך בויל, יאנג און אנדערע. אין 1733, האט דניאל בערנולי אוועקגעלייגט די יסודות פון סטאטיסטישער מעכאניק. אין 1798 האט טאמפסאן אילוסטרירט ווי ארבעט קען ווערן געענדערט צו היץ און אין 1847 האט דזשול פארמולירט דעם געזעץ פון קאנסערווירונג פון ענערגיע.

אין יאר 1895 האט ווילהעלם קאנראד רענטגען האט אנטפלעקט רענטגען שטראלן, וואס זענען פאקטיש עלעקטראמאגנעטישע כוואליעס מיט א הויכן פרעקווענץ. ראדיאאקטיוויטעט איז אנטפעלקט געווארן דורך אנרי בעקערעל, און איז געווארן ווייטער געפארשט דורך פיער און מארי קירי, און אנדערע. דאס האט אוועקגעשטעלט די באזיס פארן פעלד פון קערנפיזיק.

                                     

1.3. היסטאריע פון פיזיק מאדערנע פיזיק

מאדערנע פיזיק האט אנגעהויבן אין דעם אנהייב 20סטן יארהונדערט מיט דער ארבעט פון מאקס פלאנק אין קוואנטן-טעאריע און אלבערט איינשטיינ׳ס טעאריע פון רעלאטיוויטעט. די ביידע טעאריעס זענען געווארן אנטוויקלט צוליב אומפונקטלעכקייטן אין קלאסישער מעכאניק אין געוויסע סיטואציעס. קלאסישע מעכאניק האט פאראויסגעזאגט אן ענדערבאר גיך פון ליכט, וואס איז א סתירה צו דער קאנסטאנטער גיך פון ליכט פאראויסגעזאגט דורך מאקסוועל׳ס גלייכונגען פון עלעקטראמאגנעטיזם; דאס איז געווארן פארראכטן דורך איינשטיינ׳ס ספעציעלע טעאריע פון רעלאטיוויטעט, וואס פארבייט קלאסישע מעכאניק פאר קערפערס וואס באוועגן זיך גיך, און נעמט איין א קאנסטאנטע גיך פון ליכט. שווארצער-קערפער שטראלונג האט פארזארגט נאך א פראבלעם פאר קלאסישער פיזיק, וואס איז געווארן פארראכטן ווען פלאנק האט פארגעשטעלט אז די אנטוועקונג פון מאטערישע אסצילאטארן איז מעגלעך נאר אין דיסקרעטע טריט פראפארציאנעל צו זייער פֿרעקווענץ; this, along with the צוזאמען מיטן פאטא-עלעקטרישן עפעקט און א קאמפלעטער טעאריע וואס האט פאראויסגעזאגט דיסקרעטע ענערגיע ניוואען פון עלעקטראן ארביטאלן, האט דאס געפירט צו דער טעאריע פון קוואנטן-מעכאניק וואס האט איבערגענומען פון קלאסישער פיזיק פאר קליינע דיסטאנצן.



                                     

2. פיזיקער

  • ווערנער הייזנבערג
  • אייזיק ניוטאן
  • דזשיימס קלארק מאקסוועל
  • בענדזשאמין פרענקלין
  • ריטשארד פיינמאן
  • ניעלס באהר
  • מארי קירי
  • אלבערט איינשטיין
  • מאקס פלאנק
  • סטיווען האקינג
  • יעקב בעקנשטיין 1947-2015
  • ניקאלא טעסלא
  • גאלילעא גאלילעי 1564-1642
                                     
  • פיזיק דער Journal of Mathematical Physics זשורנאל פון מאטעמאטישע פיזיק דעפינירט דאס פעלד ווי די אנווענדונג פון מאטעמאטיק צו פראבלעמען אין פיזיק און
  • וויסנשאפטלער וואס שטודירט פיזיק צו ווערן א פיזיקער, שטודירט מען פיזיק אין אן אוניווערסיטעט, אדער טעארעטישע פיזיק אדער פראקטישע פיזיק פיזיקערס ארבעטן ביי
  • און געווינער פון נאבעל פריז פאר פיזיק אין 1939 געש 1958 1902 - פאל דיראק, פיזיקער, געווינער פון נאבעל פריז פאר פיזיק אין 1933 געש 1984 1827 - דזשארדזש
  • אויסגעצייכענטקייט אין ווערדפולע אקציעס און אויפגאבעס. אין די פעלדער פון פיזיק כעמיע, שלום, ליטעראטור, מעדיצין און עקאנאמיק. דאס ווערט געגעבן נאך וואלן
  • געווינער פון נאבעל פריז פאר פיזיק געש 1937 1900 - וואלפגאנג פאולי, עסטרייכער פיזיקער, געווינער פון נאבעל פריז פאר פיזיק געש 1958 1903 - אנדרע ניקאלייעוויטש
  • רומעניע 1885 - ניעלס באהר, יידישער פיזיקער, באלוינט מיטן נאבעל פריז פאר פיזיק אין 1922 נפ 1962 1952 - וולאדימיר פוטין, פרעזידענט פון רוסלאנד 1954
  • קווא נטן - מעכא ניק, אויך באקאנט ווי קוואנטן - פיזיק אדער קוואנטן - טעאריע, איז א צווייג פון פיזיק וואס שילדערט מאטעמאטיש די כוואליע - טיילכל דואליזם פון מאטריאל
  • ערפינדער פונעם ציקלאטראן און געווינער פון נאבעל פריז פאר פיזיק אין 1939 געב 1901 פיזיק - איגאר טאם וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: 1958 יארן
  • 1853 - הענדריק לארענץ, האלענדישער פיזיקער, געווינער פון נאבעל פריז פאר פיזיק 1902 געש 1928 1863 - פראנץ פערדינאנד, ארצי - הערצאג פון עסטרייך דערמארדעט
  • 1859 - פיער קירי, פראנצויזישער וויסנשאפטלער, געווינער פון נאבעל פריז פאר פיזיק געש 1906 1914 - טענזינג נארגיי, נעפאלישער בארג קלעטערער, פון דער ערשטער