ⓘ דעמאגראפיע ..

באפעלקערונג

באפעלקערונג איז די צאל מענטשן וואס וואוינען אין א געוויסע געאגראפיש פלאץ. די צאל פון אלע מענטשן אין דער ערד פלאנעט איז היינט 7.5 מיליארד מענטשן. אין די לעצטע יארן ווערט די וועלט פארמערט מיט 160 מענטשן יעדע מינוט. אידישע באפעלקערונג זעט אויך דעמאגראפיע

באפעלקערונג ענגקײט

באַפֿעלקערונג ענגקייט איז א באגריף אין דעם געביט פון דעמאגראפיע, וואס באצייכנט די פארהעלטעניש צווישן באפעלקערונג און שטח פאר א געאגראפישן ארט. געוויינטלעך ווערט דאס געמאסטן אין צאל איינוואוינער פאר א קוואדראט קילאמעטער, טיילמאל לויט וויפיל קוואדראט מעטער פאר אן איינוואוינער. מיט דעם טערמין קען מען גאנץ גרינג אידענטיפיצירן געגנטן מיט ווייניג באפעלקערונג, דערפער און שטעט. ווען מען טרעפט א הויכע באפעלקערונג ענגקייט ווערט דער שטח גוט אויסגעניצט מיט הויכע און געדעכטע געביידעס. ניו יארק סיטי האט א גאנץ הויכע ענגקייט, 10.292 מענטשן אין א קוואדראט ק"מ. דאס לאנד מיט דער גרעסטער באַפֿעלקערונג ענגקיי ...

בייבי בומער

בעיבי בומער איז א טיטול צו די דור וועלכע איז געבוירן געווארן אין די יארן נאך די צווייטע וועלט קריג אין אמעריקע. דער טייטש דערפון מיינט א שטארקע וואוקס פון קינדער.

דור

א דור איז דער נאָמען פֿאַר אַלעמען וועלכע לעבן אין איין צייט. מען רופט אויך די טאטע-קינד קרובֿישאַפֿט א דור. בכלל איז א דור בערך 30 יאָר, וועלכער איז די דורכשניטלעכע אלטערהייט ווען מען ווערט א טאטע. יידן האלטן אז די קדושה פון דורות פארקלענערט זיך יעדער דור ירידת הדורות.

עמיגראציע

עמיגראַציע ווערט אנגערופן דאס אויסוואנדערן פון איין לאנד צום צווייטן מיטן פלאן זיך דארט צו באזעצן. די סיבות דערפאר קענען זיין רדיפות זוכן א בעסרן קלימאט פעלט פרנסה מלחמה גיין חתונה האבן מיט אן איינוואוינער פון אן אנדער לאנד

צענזוס

צענזוס מיינט א ציילונג פון די באפעלקערונג. די יו. ען. רעקאמענדירט פאר אלע לענדער צו מאכן א צענזוס יעדע 5 יאר. אין אמעריקע, מאכט דאס אמעריקאנע צענזוס ביורא א צענזוס נאר יעדע 10 יאר. אין דעם חומש ספר במדבר ווערט דערמאנט צוויי מאל א צענזוס פונעם יידישן פאלק. די תורה זאגט פרשת כי תשא אז ווען מען ציילט די יידן נעמט מען פון יעדן איינעם א האלבן שקל, און מען ציילט די שקלים צו דערגיין די צאל פון דער באפעלקערונג.