ⓘ בריקן ..

ברוקלין בריק

די ברוקלין בריק איז איינע פון די עלטסטע הענג-בריקן אין אמעריקע. זי ציט זיך 1.595 פיס העכערן איסט ריווער באהעפנדיג די צוויי ניו יארק סיטי באראס ברוקלין און מאנהעטן. ווען מען האט עס געענדיגט אויפצובויען איז עס געווען די גרעסטע הענג-בריק אין די וועלט און דער ערשטער אייזן שטריק בריק. די טורעמס וואס דער בריק האלט זיך אויף זענען במשך פון עטליכע יאר געווען די העכסטע געביידעס אין צפון און דרום אמעריקע. אין 1964 האט מען עס באשטימט אלס נאציאנאלע היסטארישע לאנדמארק.

גאלדן געיט בריק

די גילדערנער טויער בריק איז א בריק אין קאליפארניע, און איז גלייכצייטיג די מערסט-באקאנטסטע לאנדמארק פון קאליפארניע, און פון די בארימטסטע אין אמעריקע. די בריק איז אויך די מערסט-פאטאגראפירסטע בריק, א דאנק איר שיינקייט און ארומיגע פאנאראמע. גאלדען געיט איז פאר צענדליגע יארן געווען די לענגסטע בריק אין דער וועלט, און איז אויך געווען די העכסטע בריק פאר עטליכע יאר. די בריק פארבינדט סאן פראנציסקא צו איר דערנעבנדיגע געגנט, מארין קאונטי.

וויליאמסבורג בריק

וויליאמסבורג בריק לויפט פון וויליאמסבורג אריבער צו און פון מאנהעטן. דער וויליאמסבורג בריק האט מען אנגעהויבען צו בויען אין 1896 און איז פארענדיקט געווארען אין 1903, דער בריק איז יאמאלט געווען דער לענגסטע הענקעדיגע בריק אויף דער וועלט.

וועראזאנא נערויס בריק

די וועראַזאַנא נערויס בריק איז א טאפעלטע שטאק אויסגעצויגענע בריק וואס פירט פון ברוקלין קיין סטעטן איילענד אין ניו יארק איבער די טייל וואסער וואס הייסט נערויס. די נאמען איז נאך די איטאליענישע זוכער זשיאוואני די וואראזאנא די ערשטע באוואוסטע אייראפעאישער זוכער צו קומען איבער ניו יארקער וואסערן. די בריק האט א מיט-שפאן פון 4260 פוס לאנג, און איז געווען די לענגסטע בריק פון די צייט וואס מען האט דאס געענדיגט אין 1964 ביז 1981. עס איז היינט די זיבעטע לענגסטע בריק אין די וועלט און די לענגסטע אין אמעריקע. די בריק - צוליב איר גרויסקייט - קען געזען ווערן אין א יעדע בארא פון ניו יארק סיטי, כמעט אלע שיפע ...

טורעם בריק

טורעם בריק איז א בריק אין לאנדאן אריבער דעם טעמז, נאנט צום טורעם פון לאנדאן, פון וועמען זי נעמט איר נאמען. זי איז פון די מערסטע באקאנטע בריקן אין דער גארער וועלט. די בריק האט עלעמענטן סיי פון א הענגבריק סיי פון א ציבריק. די בריק טוט פארבינדן טורעם בארג מיט סאדארק.

מילא וויאדוקט

דער מילא וויאַדוקט איז דער וועלטס העכסטע הענגנדיגע בריק וועלכע געפינט זיך נעבן מילא, דרום פראנקרייך. די בריק איז א קעיבל סטעיד דעזיין און איז געבויט געווארן דורך אן ענגלישן ארכיטעקט און א פראנצויזישער בריק אינזשעניר. די בריק לויפט העכער א גרויסן טאל אין די טארן טייך און שפארט א לאנגע וועג ארום דעם טאל. דער העכסטער זיין דעגרייכט 1.125 פיס 343 מעטער וועלכע איז אביסל העכער ווי דער אייפעל טורעם און 125 פיס 38 מעטער נידעריגער ווי די עמפייער סטעיט געביידע. די בריק איז פארטיג געווארן אום דעצעמבער 2004 און איז איינגעשוואוירן געווארן מיט די אנוועזנהייט פון דעם דעמאלטדיגן פראנצויזישן פרעזידענט זשאק ...

                                     

טאפען זי בריק

די גאווערנאר מעלקאלם ווילסאן טאפען זי בריק אדער טאפען זי בריק ווי אזוי עס ווערט אנגערופן בקיצור. איז א בריק אין ניו יארק העכער דעם האדסאן טייך. דער בריק איז צווישען נייעק ראקלענד קאונטי און טעריטאון וועסטשעסטער קאונטי.