ⓘ אקטיארן ..

מעל בלענק

מעלווין דזשעראם "מעל" בלענק איז געווען א יידיש-אמעריקאנער שטימע אקטיאר, ראדיא פערזאנאליטעט און קאמיקער. מיטן ניק "דער מאן פון א טויזנט שטימעס" איז ער בעסטנס באקאנט פאר זיינע שטימעס אין לוני טונס און האנא-בארבערא קארטונען, צוויישן אנדערע. בלענק איז געבוירן געווארן דעם 30סטן מיי 1908 אין סאן פראנסיסקא, קאליפארניע. ער האט געלערנט ביים לינקאלן מיטלשול אין סאן פראנסיסקא. ער האט געהייראט עסטעל ראזענבוים אין 1933 ביז זיין טויט אין 1989. ער האט געהאט א זון מיטן נאמען נאעל. בלענק איז נפטר געווארן דעם 10טן יולי 1989 פון אן אנפאל און א הארץ קרענק ביים עלטער פון 81.

אנדזשעלינא דזשאלי

אַנדזשעלינאַ דזשאָלי איז אן אמעריקאנער פילם אקטריסע, א געוועזענע מאדע מאדעלקע, און א יו.ען הומענטארישער ארבייטער פאר פליטים. זי ווערט אפט באטראכט און אנגעוויזן אין די פאפולערע מעדיע אלס איינע פון די וועלטס שענסטע פרויען און איר פערזענליכער נישט אויפן סקרין לעבן איז ברייט באריכטעט. זי האט שוין באקומען 3 גאלדן גלאובס פרייזען, 2 סקרין עקטערס גאולד פרייזען, און אן אסקאר. זי האט שין אנגעהויבן איר שפילן קאריערע אלס קינד ווען זי האט אויפגעטרעטן מיט איר פאטער אין א 1982 פילם, איר האליוואד אויפגייענדער שטערן האט זיך אנגעהויבן א צען יאר שפעטער און 1993 און זינט דאן האט זי שוין געאקט אויף פילצאליגע מ ...

וואלט דיזני

דער ארטיקל דיסקוטירט וואלט דיזני, דער פערזאן. טאמער זוכט איר זיין פירמע, זעט די וואלט דיזני פירמע. וואָלטער עליאַס וואָלט דיזני איז געווען אן אמעריקאנער פילם פראדוצירער, רעזשיסאר, סצענאר שרייבער, אקטיאר, איניציאטאר, און פילאנטראפ, וואס האט געהאט א שטארקן איינפלוס אינעם פעלד פון פארוויילונג אין דעם 20סטן יארהונדערט. מיט זיין ברודער רוי דיזני האט ער געגרינדעט וואָלט דיזני פראדוקציעס, וואס איז שפעטער געווארן פון די בעסטע באוואוסטע פילם פראדוצירערס אין דער וועלט. די פירמע הייסט היינט די וואלט דיזני פירמע און האט יערליכע הכנסות פון USD ביליאן. דיזני האט געשאפן די כאראקטערן מיקי מויז און דאנאלד ...

פעריס הילטאן

פעריס וויטני הילטאן איז אן אמעריקאנער מאדעלקע, אקטעריסע און זינגערין. זי איז די טאכטער פונעם וועלטס גרעסטן ביליאנערן, דער בעל הבית פון אלע הילטאן האטעלס איבער דער גארער וועלט. זי ווערט פארעכענט ביי די מאסן אלס זייער שיין. זי האט געמאכט א פארנאגראפיע פילם פון זיך. זי איז באקאנט אלס א פרייע צולאזטע פויגל וואס טרינקט ווי א שיכורטע. זי איז געווארן ארעסטירט פארן דרייווען בשעתן רעדן אויפן סעלפאון.

ברוס וויליס

וואלטער ברוס וויליס, געבוירן דעם 19טן מערץ 1955, איז אן אמעריקאנער אקטיאר און זינגער. ער איז געווארן באקאנט אין די סוף 1980ער יארן און האט זינט דאן אנגעהאלטן א קאריערע אין סיי אלס א האליוואוד פירענדער פערזענליכקייט און סיי אלס א סופארטינג אקטיאר. באזונדער איז ער באקאנט אלס זיין כאראקטער וואס ער שפילט אין די דיי הארד דראמא און עקשאן סעריע פילמען אלס זיין ראלע אין א גיבור און תמימותדיגער אבער פיל מיט סענס אפ הומערדיגער העלדישיר קעמפער מיטן נאמען זשאן מקלעין. וויליס האט חתונה געהאט מיט דער אקטריסע דעמי מור און זיי האבן געהאט דריי מיידלעך צוזאמען ביז זיי האבן זיך געגט אין 2000 נאך דרייצן יאר ו ...

עליזאבעט טיילאר

עליזאַבעט טיילאָר איז געווען א בריטיש-אמעריקאנער אקטריסע. זי האט 2 מאל געווינען דעם אקאדעמי אווארד פרייז. איר טרעידמארק איז די וויעלעט אויגן געפארעמט אין אירע געדופלטע אויגן ברעמען, באוויסט פאר אירע שפילן כשרונות און אויסערגעווענליכער שיינהייט, איז זי פארעכענט אלס די גרעסטער אקטיאר פון די האליוואוד גאלדענע יארן, ווי אויך א גרעסער פון לעבן סעלעברעטי. דער אמעריקאנער פילם אינסטעטוציע האט איר אריינגעשטעלט צווישן די 7 בעסטע פרויען שפילער פון היסטאריע. אין יאר 1959 זייענדיג אלט 27 יאר, האט זי זיך מגייר געווען צו די אידישע רעליגיע, און אנגענומען די נאמען אלישבע רחל, אויך האט זי זיך אריינגעטון אין ...

                                     

אביגיל הררי

הררי איז געבוירן אין תל אביב און געוואקסן אין רמת גן. איר מוטער דפנה הררי און איר פאטער, ד"ר חגי הררי, איז אין זײַן יוגנט אָנגענומען געוואָרן אין בית צבי, אָבער האָט אויסגעקליבן א מעדיצינישע קאַריערע און האָט זיך אריבערגעצויגן צו דער שטעלע פון ​​דירעקטאָר פון דער פסיכיאטרישער איינהייט, א צענטער פאר טראומא און קריזיס באהאנדלונג אין שאַלוואַ מענטאל געזונט צענטער. מעדיצינישער סטודענט און צוויי צווילינג קליינע שוועסטער, פון וועמען איינע נעמי הררי נעמט אירע ערשטע טריט אין פעלד.

                                     

קארבין בלו

קאָרבין בלו רעיווערס, באַוווסט פראפֿעסיאנעל ווי קאָרבין בלו, איז אַן אמעריקאנער אַקטיאָר, מאָדעל, טענצער, און זינגער ליד־שרײַבער. ער איז אפֿשר בעסט געוווּסט פֿאַר זיינע ראָלעס אין דער הײַ סקול מוזיקאל פילם סעריע, די דיסקאָווערי קידס טעלעוויזיע סעריע פֿלי 29 אַראָפּ, און דעם פֿילם שפרינג ארײַן!. ער האט אויך געדרוקט זיין ערשטע אַלבאָם אַנאָטער סײַד ִ אויפן 1טן מײַ 2007, און זיין צווייטן אַלבאָם, ספּיד אָוו לײַט, אויפן 10טן מערץ 2009 אין די פאַראיינגטע שטאַטן.

                                     

מילי באבי ברוין

מילי באָבי ברוין איז אַן ענגלישע אַקטריסע. זי איז קונה־שם געװען שפּילנדיק די ראָלע פון עלעוון אין דער נעטפליקס סעריע מאָדנערע זאַכן.

                                     

דודו טאפאז

דודו טאָפּאַז איז געווען אַן פֿאַרווײַלער, אַקטיאָר, סצענארשרייבער, שרײַבער, שרײַבער און ישׂראלדיקער ראַדיאָ און טעלעוויזיע מאן מיט לב טוב און מידות טובות און בעל צדקה וחסד. דער געווינער פון די David Violin Award. באַוווסט דורך ישראל מידיאַ ווי "דער ערשטער אין פאַרווייַלונג", געהייסן נאָך זייַן טעלעוויזיע ווייַזן, און "מלך פון די רייטינג".

                                     

טאשירא מיפונע

טאָשיראָ מיפֿונע איז געווען א יאפאנעזער אַקטיאָר. ער האט קאלאבארירט מיט אקירא קוראסאווא אין 16 פילמען.

                                     

זשאן טראוואלטא

זשאן יאזעף טראוואלטא איז אן אקאדעמי אווארד נאמינירטער, גאלדען גלאוב אווארד געווינער אמעריקאנער אקטיאר, טאנצער און זינגער. ער האט אטעבלירט זיין קאריערע אלס א פירנדער האליוואד אקטיאר מיט באקאנטע פילמען אזוי ווי פרייטיג צונאכטס פיווער און גריכנלאנד. טראוואלטאס קאריערע האט ווידער אויפגעבליעט אין די 1990ער, שטאמענדיג פון זיין ראלע אין דער באקאנטן פילם "פאלפ פיקשען".

                                     

ביל מאהער

וויליאם "ביל" מאַהער איז א בארימטער אמעריקאנער ליבעראלער קאמיקער, טעלעוויזיע פערזענליכקייט, שרייבער און אקטיאר. ער איז ספעציעל בארימט מיט זיין קריטיק א קעגן רעליגיע, ווי ער שרעקט זיך נישט צו זאגן זיין מיינונג כאטש ער ווייסט אז מענטשן וועלן זיך דערפון באליידיגן.

                                     

פערגי

סטײסי אַן פֿערגוסאָן אָדער װי איר בינע־נאָמען איז: פֿערגי איז אַן אַמעריקאַנער זינגערין, אַ מאָדעלקע און אַן אַקטריסע. זי איז מיטגלידערין אין דער בלעק־אײד־פּיס גרופּע זײַט 2003.

                                     

קריסטא שטאדלער

קריסטאַ שטאַדלער איז אַן עסטרײַכישע שוישפילערין און אַקטריסע וואָס האָט געשפּילט אין דעם 2015 אַמעריקאַנישן ניטל קאָמעדיע־אֵימה פֿילם "קראַמפּוס", בנוגע אַן אַלטער טראַדיציע אין דרום־מיזרח דײַטשלאַנד, עסטרײַך, דער טשעכישער רעפּּובליק און אין אַנדערע לענדער פֿון אַ שד וואָס ברענגט שטיפֿערס צו גיהנום. אינעם פֿילם קומט דער דאָזיקער שד צו אַ הײַנטוועלטיקער, אַמעריקאַנישער משפחה און טעראָריזירט זי ווײַל זיי קומען נישט אויז איינער מיט אַנאַנד.

                                     

רוי ריטשארד שיידער

רוי ריטשאַרד שיידער, איז געווען אַן אמעריקאנער פילם אַקטיאָר וואָס איז נאָמינירט געוואָרן צו צוויי אקאדעמיע אַוואַרדס פאר זײַנע ראָלעס אין די פילמען "דער פראנצויזישער פארבינדונג" און "כל יזרז" און אויך באַקאַנט ווי שעריף מארטין בראָדי אין "דזשאָז" קינאָ און קאַפּיטאַן נתן ברידגער אין דער "סיקוועסט" וויסנשאַפֿט בעלעטריסטיק סעריע.