ⓘ אקטיארן ..

טשארלי טשאפלין

סער טשאַרלס ספּענסער "טשאַרלי" טשאַפּלין איז געווען א בארימטער ענגלישער אקטיאר, קאמיקער, סצענאר שרייבער, קאמפאזיטאר און פון די גרויסע פילם רעזשיסארן פון אלע צייטן. ער איז געווען שטארק בארימט פאר זיינע שטומפילמען. זיין פילם קאריערע האט געצויגן מער ווי 75 יאר. ער האט אנגעהויבן אין טעאטער ווען ער איז געווען אלט פינעף יאר און האט געארבעט ביז ער איז געווען אלט 80. זיין לעצטער פילם איז געווען ״די גראפֿין פון האנג קאנג״ אין 1967.

קאנסטאנטין כאבענסקי

קאָנסטאַנטין כאַבענסקי איז געבוירן געוואָרן און אויסגעוואַקסן אין לענינגראַד היינט פעטערבורג. זינט 1981 ביז 1985 האָט ער געוווינט אין דער שטאָט ניזשנעוואַרטאָווסק אין מערב-סיביר, וווּ עס האָבן דעמלט געאַרבעט זײַנע עלטערן, אינזשענערן-הידראָלאָגן לויטן פאַך. אין 1990 – 1995 האָט קאָנסטאַנטין כאַבענסקי זיך געלערנט אינעם לענינגראַדער מלוכה-אינסטיטוט פאַר טעאַטער, מוזיק און קינעמאַטאָגראַפיע. אין אָט די יאָרן האָט ער אָנגעהויבן אַרויסטרעטן אין פּעטערברוגער טעאַטערן און עפּיזאָדיש אויך אין קינאָ. אין 1996 האָט ער זיך אַריבערגעצויגן קיין מאָסקווע, וווּ ער האָט געשפּילט אויף דער בינע פון אַרקאַדי ...

מאדאנא

מאַדאָנאַ איז פֿון די גרעסטע פּאָפּולערע פּאָפּ זינגערס אויך איז זי אן אקטריסע און א ביכער שרייבערין. זי איז געבוירן געווארן ל אב התשי"ח - 1958, זי האט 3 קינדער, געבוירן אין מישיגן. זי װױֹנט הײַנט אין לאנדאן. מעדאָנעס ערשטע ליד פֿאַר ראַדיאָ איז געשריבן אין 1984. זי האט זיך געזעצט לערנען קבלה אין די לעצטערע יארן. זי האט פארפאסט א ליד מיטן נאמען יצחק לכבוד אונדזער הייליגן רבינו הרב יצחק לוריא אשכנזי האר"י הקדוש פון צפת. לכבוד דעם האט זי זיך געטוישט איר נאמען צו א מער אידיש קלינגעדיגן משמעות: "אסתר"

אלבערט מאל

אַלבערט מאָל איז געװען א באליבטער האלאנדישער דיכטער און אקטיאר. ער טרעט אין פילמע און אױסשטעטלונגען אױף, אין א קאריערע װאס דױערט ס איאר.

מאליער

מאליער איז געווען דער בינע נאמען פון זשאן־באפטיסט פאקלען, א פראנצויזישער אקטיאר, דראמאטורג און שרייבער. ער האט געשריבן א סך קאמעדיעס. מאליער איז געבוירן געווארן אין פאריז, וואו זיין פאטער האט פארקויפט טעפעכער. ווען ער איז געווען אלט 21 האט ער געגרינדעט א טעאטער. דער מלך לואי דער פערצנטער האט געגעבן מאליער די פאראנטווארטלעכקייט איבער דער פארוויילונג אין דעם קעניגלעכן הויף אין ווערסיי. מאליער, "דער קארגער", זיין בעקאנסטער שוישפיל יידיש.

לואיס סי קעי

לואיס סי קעי איז או אמעריקאנער סטענד-אפ קאמיקער, אקטיאר און שרייבער. ער איז געבוירן אין וואשינגטאן די. סי. ער האט געוואוינט אין מעקסיקא סיטי ביז די זיבן יאר; זייו מוטערשפראך איז שפאניש.

דזשעניפער עניסטאן

דזשעניפער דזשאָאַנע עניסטאָן איז אן אמעריקאנישע אקטריסע, פילם רעזשיסארין און פילם פראדוצירערן. זי איז בעסטנס באקאנט געווארן צוליב איר ראלע פון רייטשל גרין אין די פאפולערע טעלעוויזיע סעריע "פריינט".

סטיווען קאלבערט

סטיווען קאלבערט איז א פאפולערער קאמידיען, אקטיאר און שרייבער, האסט די שאו "די קאלבערט רעפארט" א קאמעדיע נייעס ענווייראמענט ביי די דעילי שאו מעקסים וועבסייט האט געשטעלט קאלבערט אלץ די 2טע סעקסואלסטע מענטש אין טעלעוויזשאן סטאנציעס אין סעפטעמבער 2006 די איינציגסטע מאן אויף די ליסט. פיפל People מאגאזין איהם געשטעלט אלץ די סעקסואלסטע מענטש היינט צוטאגס נאוועמבער 2006 ניו יארקער מאגאזין האט געשטעלט קאלבערט מיט זשאן סטואערט ביי די ערשטע אין די איינפלוסרייכע מענטשען אין די מידיו אין 2006 טיים מאגאזין האט געשטעלט קאלבערט אויף דער ליסטע פון די 100 מערסט איינפלוסרייכע מענטשען אין 2006

קים קארדאשיען

קימבערלי נאָעל "קים" קאַרדאַשיען וועסט איז אן אמעריקאנער מעדיע פערזענלעכקייט, מאדעלקע, געשעפֿטס-פרוי, סאציאליט און אקטריסע. זי איז איינע פון דריי טעכטער פון ראָבערט קאַרדאַשיען. זייער משפחה האט א רעאליטעט טעלעוויזיע סעריע מיטן נאמען "דערקונדיקן זיך מיט די קאַרדאַשיענס". קאַרדאַשיען האט ערשט באקומען מעדיע אויפֿמערקונג צוליב איר נאענטע באציונגען מיט פעריס הילטאן. זי איז געווארן מער באקאנט נאך באווייזן זיך אין א סעקס ווידעא. קים איז בעסטנס באקאנט פאר איר ראלע אין דער טעלעוויזיע סעריע "דערקונדיקן זיך מיט די קאַרדאַשיענס". זי האט געהייראט דיימאָן טאמעס אין 2000 און האבן זיך געגט אין 2004. אין א ...

לי קעמפ

ער איז געבוירן אין וואשינגטאן די סי צו זיין פאטער וועלכער האט געדיענט צוואנציג יאהר אין דער אמעריקאנער ארמיי אלס אנאליסט. ער איז אויפגעוואקסן אין מערילענד און דערנאך האבן זיי זיך געצויגן קיין ווירדזשיניע. זייענדיג פערצן יאהר אלט האט ער אנגעהויבן שרייבן קאמעדיע וועלכע איז פובליציהרט געווארן אין זיין שולעס מאגאזין און צייטונג. ביי זיין ניינצנטן געבורטסטאג האט ער אנגעהויבן פאָרשטעלן סטענד-אפ. זיין מהלך איז טיפע קריטישע טראכטן וואס דערשרעקט זיך נישט פאר קיינעם. טייל פארגלייכן עים דעריבער צו דזשארדזש קארלין. קעמפ איז אן אטעיסט, א רעכטן קעמפער פאר מענטשן און בעלי חיים, און א וועגאנער.